דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך איז איו רוסלאַנד פֿאָרגעקומען די יערלעכע אַקציע „צוריקקערן די נעמען‟, אָרגאַניזירט פֿון דער געזעלשאַפֿט „מעמאָריאַל‟. אין עטלעכע שטעט פֿון רוסלאַנד, אויף צענטראַלע פּלעצער, האָבן מענטשן געלייענט אויף אַ קול נעמען פֿון די קרבנות פֿון סטאַלינס טעראָר: די היגע תּושבֿים, וואָס זענען אַרעסטירט און דערשאָסן געוואָרן אין די 1930ער. דער רוסלענדישער חב’’ד האָט אונטערשטיצט די אַקציע, כאָטש אין מאָסקווע איז זי פֿאָרגעקומען שבת. דער הויפּט־רבֿ פֿונעם חב’’ד ר’ בערל לאַזאַר האָט דערקלערט, אַז דער טעראָר האָט אָנגערירט אויך די ייִדישע קהילה, און דערמאָנט אַ סך רבנים, וואָס זענען רעפּרעסירט געוואָרן. ער האָפֿט, אַז אַזעלכע געשעענישן וועלן זיך שוין מער ניט איבערחזרן, און מיינט, אַז די אַקציע „צוריקקערן די נעמען‟ שפּילט אין דעם אַ וויכטיקע ראָלע.
דעם 1טן און דעם 2טן נאָוועמבער איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ גרויסע קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען „לאָמיר פֿאַרטיידיקן די צוקונפֿט‟, אָרגאַניזירט פֿונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער רעגירונג פֿון מאָסקווע, דעם אַלוועלטלעכן און דעם אייראָאַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס. אין דער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען פֿאַרטרעטער פֿון מערערע רוסלענדישע און אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, קריסטלעכע און מוסלמענישע פֿונקציאָנערן, פּראָפֿעסאָרן פֿון רוסלאַנד, אייראָפּע און אַמעריקע, און טשינאָווניקעס פֿון רוסלאַנד און ישׂראל. איינער פֿון די צילן איז אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישער: די רוסלענדישע טשינאָווניקעס זאָלן שטאָלץ דערציילן וועגן דעם נידעריקן ניוואָ פֿון שׂינאת־ישׂראל אין רוסלאַנד און דערקלערן, אַז די סיבה שטעקט אין כּלערליי מעכאַניזמען וואָס די מלוכה ניצט אונטערצודריקן נאַציאָנאַלע אומטאָלעראַנץ. די באַטייליקטע און די געסט פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן אויך געקענט באַזוכן די אויסשטעלונג, געווידמעט די געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד און ראַטן־פֿאַרבאַנד.
צו די אַנדערע נײַעס: אין דער רוסלענדישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע זענען פֿאָרגעקומען די יערלעכע וואַלן. וועגן דעם האָבן מיר דערציילט מיט אַ וואָך צוריק. די וואָך האָט מען אויסגעקליבן אויך אויסלענדישע מיטגלידער פֿון דער אַקאַדעמיע. צווישן די אויסדערוויילטע — דער לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע אין כעמיע, דן שעכטמאַן, פֿון ישׂראל, און דער באַרימטער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט, דער געוועזענער מלוכה־סעקרעטאַר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, הענרי קיסינדזשער.
קיין מאָסקווע איז געקומען דער וויסנשאַפֿט־מיניסטער פֿון ישׂראל — אופיר אַקוניס, כּדי אָנטייל צו נעמען אין פֿאָרום „אָפֿענע אינאָוואַציעס‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען לעבן מאָסקווע. אַקוניס איז אויפֿגעטראָטן אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע, האָט זיך געטראָפֿן מיט די העכסטע רוסלענדישע טשינאָווניקעס, און האָט באַזוכט די חב״ד געגנט אין מאָסקווע — מאַריינאַ ראָשטשאַ. דאָרטן האָט ער זיך געטראָפֿן אויך מיט ר’ בערל לאַזאַר און אַרומגערעדט מיט אים די ייִדישע רעליגיעזע בילדונג אין רוסלאַנד.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון דער רוסישער טעאַטער־וועלט. אין מאָסקווע איז געשטאָרבן וולאַדימיר זעלדין, דער עלטסטער סאָוועטישער און רוסלענדישער אַקטיאָר פֿון טעאַטער און קינאָ. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 101 יאָר. פֿון אַלע רוסלענדישע אַקטיאָרן איז ער צום לענגסטן געבליבן אין דער פּראָפֿעסיע: האָבנדיק אָנגעהויבן צו שפּילן אין די 1930ער, האָט ער געשפּילט אויף דער טעאַטער־בינע ביז מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. זײַן לעצטע גרויסע ראָלע איז געווען דאָן קיכאָט, וואָס ער האָט געשפּילט אין טעאַטער פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.