דער וועכנטלעכער חרדישער זשורנאַל אויף ענגליש, „משפּחה‟, האָט אָפּגעדרוקט אַ בילד פֿון הילערי קלינטאָנס פּנים אויף זײַן הילע־זײַט. דאָס איז אפֿשר דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט אַרײַנגעשטעלט אַ בילד פֿון אַ פֿרויס פּנים אין אַ חרדישער אויסגאַבע אין אַרום 50 יאָר.
דער קאָלאַזש אויף דער הילע־זײַט, מיטן קעפּל „ביזן פֿיניש‟ ווײַזט די קעפּ פֿון הילערי קלינטאָן און דאָנאַלד טראַמפּ צוזאַמען מיט זייערע לאָזונגען און קאַמפּאַניע־שילדן. די בילדער פֿון זייערע קעפּ זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן ווי פֿאָטאָ־נעגאַטיוון, אַז מע זאָל ניט קענען קלאָר זען די פּנימער.
כאָטש „דער איד‟ פֿלעג טאַקע אָפּדרוקן בילדער פֿון פֿרויען אין די 1950ער יאָרן, דרוקן די חרדישע אויסגאַבעס שוין אַרום 50 יאָר ניט קיין בילדער פֿון פֿרויען אָדער אַפֿילו מיידלעך. דער ברייטערער אַמעריקאַנער עולם האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם פּאָליטיק אין 2011 נאָך דעם, וואָס די ניו־יאָרקער ייִדישע צײַטונג „די צײַטונג‟ האָט אָפּגעמעקט הילערי קלינטאָן פֿון אַ בילד, וואָס ווײַזט ווי זי שטייט לעבן פּרעזידענט אָבאַמאַ און קוקט אויף אַ טראַנסמיסיע פֿון דער אָבלאַווע, וואָס האָט דערהרגעט אָסאַמאַ בין לאַדען. הילערי קלינטאָן האָט זיך טאַקע אָפּגערופֿן אויף דעם אינצידענט אין אַ בליצבריוו צו קאָלעגן, וואָס די „עף־בי־אײַ‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט ווי אַ טייל פֿון אַן אויספֿאָרשונג איבער אירע פּריוואַטע קאָמפּיוטער־נעצן. קלינטאָן האָט אָפּגעטײַטשט דער „צײַטונגס‟ שריט ווי אַ פּאַטש אין פּנים און אַ באַווײַז, אַז „די צײַטונג‟ האַלט אַז אַ פֿרוי טאָר ניט דינען ווי אַ שטאַט־סעקרעטאַרשע. ווי עס האָט אָבער דעמאָלט דערקלערט דער פֿאַרלעגער פֿון דער צײַטונג, אַלבערט פֿרידמאַן אין אַן אינטערוויו מיט דער טעלעוויזיע־סטאַנציע CNN, איז עס געווען בײַ זיי אַן ענין פֿון צניעות און ניט קיין קאָמענטאַר וועגן קלינטאָן ווי אַ פּאָליטיקערין אָדער איר פֿעיִקייט.
געוויסע רעדאַקטאָרן פֿון חרדישע זשורנאַלן האָבן אין די לעצטע פּאָר וואָכן עפֿנטלעך געזאָגט, אַז זיי וועלן מוזן ווידער באַטראַכטן זייער פּאָליטיק וועגן בילדער פֿון פֿרויען אויב הילערי קלינטאָן וועט געווינען אין די וואַלן. פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן געוויסע פֿרומע ייִדן פֿאַרדאַמט „משפּחהס‟ שריט אויף „טוויטער‟. איין חסידישער ייִד האָט באַצייכנט די הילע ווי אַ „שאָקירנדיקע בושה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.