דער „גראָדזקאַ טויער־צענטער‟ אין לובלין, פּוילן, רופֿט זיך אַ קולטורעלע אינסטיטוציע, אָבער אין דער אמתן איז עס אַ סך מער.
דער „צענטער‟ איז אױפֿגעקומען װען טאָמאַש פּיעטראַשעװיץ, אַ סטודענט פֿון פֿיזיק, האָט אין די אָנהייב־1990ער יאָרן פּלאַנירט אײַנצואָרדענען אַן אומאָפּהענגיקן טעאַטער אין געגנט פֿונעם אָרטיקן „גראָדזקאַ־טױער‟. ערשט דעמאָלט האָט ער אויסגעפֿונען, אַז דער טױער, הײַנט אַ הױלער בױגנגאַנג, האָט אַ מאָל געדינט װי אַ „מחיצה‟ צװישן דעם ייִדישן און דעם קריסטלעכן לובלין, זינט מע האָט דעם טויער אויפֿגעשטעלט אין יאָר 1342.
„מיר האָבן בכלל נישט געוווּסט, אַז דער טױער פֿירט צו אַ שטעטל, װאָס עקסיסטירט שױן נישט מער, אַזאַ ייִדישער אַטלאַנטיס,‟ האָט פּיעטראַשעװיץ געשריבן אױף דער װעבזײַט פֿונעם „גראָדזקאַ טויער־צענטער‟. פּיעטראַשעװיץ האָט פֿאַרברײטערט דעם אַרטיסטישן פֿאַרנעם פֿון גראָדסקאַ 21 און אַרײַנגענומען אַ „דערציִונג־לאַבאָראַטאָריע‟, װעלכע האָט װי זײַן ציל אױפֿצודעקן דעם ייִדישן לובלין, אי פֿיגוראַטיװ אי בפּועל־ממש.
צװישן די „אױסגראָב־פּראָיעקטן‟ פֿונעם צענטער איז די Program Historia Mówiona — אַ פּראָגראַם וואָס זאַמלט בעל־פּה געשיכטעס פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער. װיאָלעטאַ װײמאַן, אַ לאַנגאָריקע היסטאָריקערין פֿון דעם געביט, װעלכע האָט שוין פֿון פֿריִער אָרגאַניזירט פֿאַרשידענע פּראָיעקטן װי, למשל, „געראַטעװעט פֿון פֿאַרגעסעניש: קריסטינאַ מאָדזשעװקסאַ‟ און „ליכט אין פֿינצטערניש: די חסידי אומות העולם‟, האָט לעצטנס אינטערװיויִרט דעם פּאָעט און אינזשעניר, יערזשע „יורעק‟ סקאַרזשינסקי, אַ געבױרענער אין אוכאַניע (נאַכאַן, אויף ייִדיש) אין לובלינער פּראָװינץ. אין אױגוסט 2016 האָט מען אַרײַנגענומען אינעם לובלינער היסטאָרישן אַרכיוו צװײ פֿאָטאָגראַפֿיעס, װעלכע יורעק האָט אַראָפּגענומען צו 21 יאָר, פֿון דער צונויפֿטרײַבונג פֿון די נאַכאַנער ייִדן אויפֿן מאַרקפּלאַץ דעם 10טן יוני 1942, איידער מע האָט זיי פֿאַרשיקט אינעם אומברענג־לאַגער סאָביבאָר — די איינציקע פֿאַראַנענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון יענער דעפּאָרטאַציע.
אין אַ בלאָג־מעלדונג פֿונעם „גראָצקאַ טויער־צענטער‟, האָט װיאָלעטאַ געפֿרעגט יורעקן, צי ער דערקענט עמעצן אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס.
„דאָס זענען געװען מײַנע חבֿרים,‟ האָט יורעק געענטפֿערט. „זײ זײַנען נעבעך געשטאַנען אומבאַהאָלפֿן מיט פּעקלעך. די קינדערלעך האָבן זיך אָנגעהאַלטן אין די הענט פֿון זײערע מאַמעס. ס׳האָט געהערשט דאָרט אַ שרעקלעכע שטילקײט.‟
דער „גראָדזקאַ טויער־צענטער‟ פֿאַרנעמט זיך מיט אַ ריי פּראָיעקטן אָדער — װי פּיעטראַשעװיץ רופֿט זיי — אַרטיסטישע אַקטיוויטעטן אין שײַכות מיטן חורבן:
- דער פּראָיעקט פֿון 43,000 פּאַפּקעס. פּיעטראַשעװיץ האָט געשאַפֿן אַ ביבליאָטעק פֿון 43,000 טעקעס, אײנע פֿאַר יעדן ייִדישן אײַנװױנער פֿונעם פֿאַר־מלחמהדיקן לובלין — מענער, פֿרויען און קינדער. מע האָפֿט אָנצופֿילן יעדע פּאַפּקע מיטן נאָמען, די פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן פֿון יענעם מענטש. דערווײַל האָט מען שוין אָנגעפֿילט 900 פֿון זיי.
- בריװ צו העניאָ. יעדן אַפּריל שיקן פּױלישע תּלמידים בריװ צו העניאָ זשיטאָמירסקי, אַ 6־יאָריק ייִדיש קינד, װעלכע האָט געװױנט אױף 11 קאָװאַלסקאַ גאַס ביז נאָװעמבער 1942, װען ער איז פֿאַרשיקט געװאָרן אינעם מײַדאַנעק־טױטלאַגער. די „פּאָטשטאַ פּאָלסקאַ‟ (דער מלוכישער פּאָסטאַמט) שיקט צוריק די בריװ מיטן שטעמפּל „נישט מעגלעך צוצושטעלן‟ (undeliverable).
- דער „גוגל־ערד‟־פּראָיעקט אין לובלין. פּיעטראַשעװיץ און אַ מאַנשאַפֿט פּראָגראַמװאַרג־שאַפֿערס האָבן דורך „גוגל־ערד‟ [Google Earth] אױסגעבױט דרײַ־דימענסיעדיקע לאַנדשאַפֿטן פֿון לובלין פֿונעם 14טן, 16טן, 18טן און 20סטן יאָרהונדערט. די סכעמע פֿונעם ייִדישן לובלין פֿון די 1930ער יאָרן האָבן זײ באַזירט אױף אַלטע בילדער פֿאָטאָגראַפֿירט פֿון אַן אומבאַקאַנטן פֿאָטאָגראַף, װעלכער איז מסתּמא אומגעקומען אין מײַדאַנעק.
- דער לובלינער לעקסיקאָן. אױף דער װעבזײַט פֿונעם „גראָדזקאַ גייט צענטער‟ געפֿינט זיך אַן אַרכיװ פֿון דיגיטאַליזירטע ביכער, װעלכע זײַנען אַרױסגעגעבן געװאָרן דורך די געװעזענע ייִדישע דרוקערײַען אין לובלין. צװישן די אָנלײַן־אוצרות געפֿינט זיך אַן ערשטע אױסגאַבע פֿונעם תּלמוד בבֿלי (1559־1577) און צוויי אויסגאַבעס פֿון שלמה ברוך ניסנבױמס „געשיכטע פֿון די ייִדן אין לובלין‟ (1899 און 1920).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.