פֿרוי פֿון רוסלאַנד באַצייכנט ווי „די שענסטע שארית־הפּליטהניצע“

Russian-born Woman Crowned Miss Holocaust Survivor


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 06, 2016, issue of November 23, 2016.

אַ ישׂראלישע פֿרוי, אַ געבוירענע אין רוסלאַנד, וואָס איז געווען גאַנצע צוויי טעג אַלט ווען ס׳האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה, איז באַקריינט געוואָרן ווי די „שענסטע שארית־הפּליטהניצע“.

די 75־יעריקע אַנאַ גריניס האָט געוווּנען די קרוין אויפֿן פֿיפֿטן יערלעכן שיינקייט־קאָנקורס אין חיפֿה פֿאַר פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. פֿערצן פֿינאַליסטן האָבן, לויט די באַריכטן, זיך פֿאַרמאָסטן אויף דער קרוין; אַן ערך 300 פֿרויען האָבן אָנגעגעבן אויף זיך צו באַטייליקן אין דעם קאָנקורס.

די פֿריזירערס און גרימירערס האָבן צוגעגרייט די קאָנקורענטקעס איידער זיי האָבן זיך גענומען צו דער גאַנג־פּלאַטפֿאָרמע.

געשטיצט דעם קאָנקורס האָט „יד עזר לחבר‟ [ציט אויס אַ הילפֿיקע האַנט], אַ גרופּע וואָס העלפֿט די נויט־באַדערפֿטיקע חורבן־געליטענע אין ישׂראל.

דער שיינקייט־קאָנקורס, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 30סטן אָקטאָבער, האָט אַרײַנגענומען אַ באַנקעט און מוזיק. בערך 1,000 מענטשן זענען בײַגעווען, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן, דער בירגער־מײַסטער פֿון חיפֿה — יונה יהבֿ און שׂרה נתּניהו, די פֿרוי פֿונעם פּרעמיער בנימין נתּניהו.

אויף דער פּראָגראַם האָט צום ערשטן מאָל אויף דעם יערלעכן שיינהייט־קאָנקורס אויפֿגעטרעטן אַ פֿרויענכאָר וואָס באַשטייט פֿון חורבן־געליטענע — מיט אַ דורכשניטלעכן עלטער פֿון 91 — וואָס האָבן געזונגען לידער וועגן דעם חורבן.

אַן ערך 200,000 פֿון דער שארית־הפּליטה וווינען הײַנט אין ישׂראל.