הגם אויף ס׳רובֿ אַקטיוויטעטן פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ דעם קומעדיקן דעצעמבער קענען קומען בלויז די וואָס באַטייליקן זיך אינעם גאַנצן פֿעסטיוואַל אָדער וואָס באַצאָלן אַן איינטאָגיקן פּאַס, וועלן אָבער יאָ פֿאָרקומען אַ ריי קאָנצערטן און רעפֿעראַטן פֿאַרן ברייטערן עולם.
דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער.
צווישן די אַקטיוויטעטן וואָס זענען אָפֿן פֿאַר אַלעמען זענען די ווײַטערדיקע:
אויפֿן קאָנצערט וועלן אויפֿטרעטן צענדליקער באַקאַנטע קלעזמער־מוזיקער און זינגער ווי שׂרה־מינע גאָרדאָן (די טאָכטער פֿון חנה קופּער און די אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע „ייִדישע פּרינצעסין‟), דניאל קאַהן, דזשאָש דאָלגין, עטל ריים, דזשאָען באָרץ, מײַקל ווינאָגראַד און פֿרענק לאָנדאָן. די פּיאַניסטקע מאַרילין לערנער, חנהס פּאַרטנערין סײַ אויף דער פּיאַנע, סײַ אין לעבן, וועט שפּילן אַ הויפּט־ראָלע אינעם קאָנצערט.
דאָנערשטיק, דעם 22סטן דעמעמבער, 6:30 אין אָוונט, וועט דער צימבל־שפּילער און עטנאָמוזיקאָלאָג זאבֿ פֿעלדמאַן אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט און רעפֿעראַט לכּבֿוד דער דערשײַנונג פֿון זײַן נײַעם בוך וועגן דער 500־הונדערט־יאָריקער געשיכטע פֿון דער קלעזמער־מוזיק. דבֿורה שטראַוס וועט אים באַגלייטן אויפֿן פֿידל.
פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, דעם 23סטן דעצעמבער, פֿאַרבקעט מען אַלעמען קומען דאַוונען אין דער „סטענטאָן־סטריט־שיל‟, וווּ מע וועט דערנאָך סערווירן וועטשערע.
שבת, דעם 24סטן דעצעמבער, וועט מען נאָכן דאַווענען אין דער „סטענטאָן־סטריט־שיל‟ מאַכן אַ טור איבערן אַמאָליקן „איסט סײַד‟. ד׳׳ר עליסאַ סאַמפּסאָן, אַן עקספּערטקע פֿון דער אָרטיקער געשיכטע, וועט אָנפֿירן מיטן שפּאַציר, וואָס וועט זיך אָנהייבן 1:30 נאָכמיטאָג.
שבת־צו־נאַכטס, 8 אַזייגער אין אָוונט, וועט מען אָנהייבן אַ טאַנץ־שׂימחה לכּבֿוד חנוכּה מיט לעבעדיקער מוזיק. מע האָט נאָך ניט באַשטימט וווּ עס וועט פֿאָרקומען דער קאָנצערט אָבער מע ווייסט יאָ, אַז ער וועט דינען ווי די ערשטע אָפֿיציעלע פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל.
מאָנטיק, דעם 26סטן דעמעצבער, וועט מען מאַכן אַן אַקוסטישן קאָנצערט באַנאַנד מיט אַ טאַנץ־אָוונט אָנגעפֿירט דורכן טאַנץ־לערער סטיוו ווײַנטרויב. אויף דער קאָנצערט וועט שפּילן דזשערעמײַאַ לאָקוואָד, דזשוליאַ אײַזנבערג, דזשאַש דאָלגין, עליין האָפֿמאַן וואַטס, סוזען האָפֿמאַן וואַטס און דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט. מע האָט נאָך ניט באַשטימט וווּ אָדער וויפֿל־אַזייגער עס וועט פֿאָרקומען דער קאָנצערט.
דינסטיק, דעם 27סטן דעצעמבער, וועט מען מאַכן אַ „לאַטקעס־ און וואָדקע־שׂימחה‟ בײַם באַלטישן נאַכטקלוב „דראָם‟. דער קאָנצערט וועט צונויפֿשמעלצן עלעמענטן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער און סאָוועטיש־ייִדישער קולטור. עס וועלן אויפֿטרעטן די אוקראַיִנישע ייִדישע זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק, דער צימבל־שפּילער פּיט רושעווסקי, די „ברידער־נאַזאַראָף‟ (דניאל קאַהן, פּסאָי קאָראָלענקאָ, באָב כּהן און דזשייק שולמאַן־מענט), דזשערעמײַאַ לאָקוואָד, און אַנדערע קאַפּעליעס וואָס שפּילן באַלטישע און קלעזמער־מוזיק. מע האָט נאָך ניט באַשטימט וויפֿל אַזייגער דער קאָנצערט וועט זיך אָנהייבן.
מיטוואָך, דעם 28סטן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון חזנות, „אהבֿת עולם‟, מיטן וועלט־באַרימטן חזן יעקבֿ לעמער באַגלייט פֿונעם טרומפּייט־שפּילער פֿרענק לאָנדאָן און דעם קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד. עס וועט אויך שפּילן די חזנטע און קאָמפּאָזיטאָרין יהודית בערקסאָן. מע האָט נאָך ניט באַשטימט וווּ עס וועט פֿאָרקומען דער קאָנצערט.
מיטוואָך, דעם 28סטן דעצעמבער, 11 אַזייגער בײַנאַכט, וועט דער טרומייט־שפּילער דזשאָרדין הירש אָנפֿירן מיט אַ דזשעמסעסיע פֿון קלעזמער־מוזיק ביזן ווײַסן טאָג אַרײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.