מוצאי יום־כּיפּור האָט זיך אָנגעהויבן די גאָר אינטערעסאַנטע אַוואַנטורע: מען האָט מיך געהאַט פֿאַרבעטן אויף צוויי גאַסט־רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אַזש קיין טאָקיאָ, און אָט איז געקומען דער טאָג פֿון מײַן אָפּפֿלי.
במשך די לאַנגע רײַזע־שעהען האָב איך זיך נישט פֿאָרגעשטעלט צו פֿיל און זיך דער עיקר געחקרנט, ווער עס וועט זײַן מײַן דאָרטיקער עולם. אַוודאי האָב איך געוווּסט וועגן עטלעכע יאַפּאַנער ייִדישיסטן: פּראָפֿ׳ צבֿי סדן — דער לינגוויסט וואָס לערנט אין בר־אילן־אוניווערסיטעט; פּראָפֿ׳ קאַזואָ אועדאַ וואָס פֿלעגט לערנען אין פֿוקואָקאַ־אוניווערסיטעט אין דרום־יאַפּאַן, און איז דער מחבר פֿונעם רושמדיקן ייִדיש־יאַפּאַנישן ווערטערבוך (2010), און ד״ר סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ — אַ יונגע ייִדישיסטקע וואָס האָט פֿאַרענדיקט אין 2011 אַ דאָקטאָראַט וועגן פּריוואַטע אויסגאַבעס אויף ייִדיש אין ישׂראל און וועגן די פֿאַרשידענע, פֿאַראַנענע לערן־אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש אין לאַנד. זי איז דאָס געווען, וואָס האָט איניצייִרט מײַן וויזיט. נאָר וועגן דעם ברייטן עולם וואָס וואָלט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש אין טאָקיאָ האָב איך נישט געהאַט קיין שמצל קאָנקרעטע אַנונג. בין איך געווען זייער נײַגעריק.
מײַן קאָלעגין ד״ר סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ האָט מיך אָפּגעוואַרט אויפֿן פֿליפֿעלד און צוזאַמען האָבן מיר געבלאָנדזשעט דורך דער פֿאַרצווײַגטער מעטראָנעץ, ביז מיר האָבן לסוף צוגעטראָפֿן צו דער ריכטיקער ליניע וואָס האָט דערפֿירט אויפֿן קאַמפּוס פֿון דער טאָקיאָ־אוניווערסיטעט. דאָרט בין איך אײַנגעשטאַנען אין דער אַכסניה פֿאַר גאַסט־אַקאַדעמיקער. שוין בשעת דער נסיעה אין מעטראָ האָב איך געקראָגן אַן ערשטן רושם פֿון דער שטאָט און אירע אײַנוווינער:
כאָטש ס׳איז געווען גאַנץ שפּעט אין אָוונט זײַנען די באַנען געווען היפּש פֿול און לרובֿ געפּאַקט מיט געשעפֿטסלײַט, וואָס האָבן צונויפֿגעפֿאָרעמט אַ וויזועל האָמאָגענע מאַסע: אַלע עלעגאַנט אָנגעטאָן אין אָנציגער וואָס האָבן אויסגעזען אויפֿן ערשטן קוק ווי פֿון איין קאָליר און פֿון איין שניט. דער צווייטער בולטער שטריך איז געווען, אַז יעדער איינער איז געווען פֿאַרטיפֿט אין זײַן מאָבילקע. דער דריטער פֿאַקט וואָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקן רושם: די יאַפּאַנישע אותיות אומעטום, וואָס זײַנען מיר פֿרעמד און וואָס האָבן בײַ מיר אַרויסגערופֿן אַ געפֿיל, וואָס איך — אַ וועלטמענטש! — האָב שוין לאַנג נישט געשפּירט: אַבסאָלוטע אָפּהענטיקייט מחמת „אַנאַלפֿאַבעטיזם‟. אַ מענטש וואָס איז צוגעוווינט צו לאַטײַנישע, ייִדישע, אַראַבישע און קירילישע אותיות ווערט אויס קאַפּעליוש־מאַכער פּנים־אל־פּנים מיט דער יאַפּאַנישער שרײַבסיסטעם. און גיי זײַ אַ חכם! אַ מאָל שרײַבט מען דאָרט פֿון רעכטס אויף לינקס, אַ מאָל פֿון אויבן אַראָפּ. לויט ווי דאָס אָרט דערלויבט. איז דאָס אַליין שוין אי טשיקאַווע אי פֿאַרפֿירעריש.
כאָטש איך בין אָנגעקומען אַ גאַנץ פֿאַרמאַטערטע און בײַ נאַכט, האָב איך תּיכּף־ומיד פֿאַרשטאַנען אַז דאָ רעדט זיך באמת וועגן אַ ריזנשטאָט וואָס שלאָפֿט נישט. פֿון דעסטוועגן האָבן די מעטראָס דווקא יאָ אַ רו־הפֿסקה וואָס הייבט זיך אָן שוין אַרום האַלב איינס און וואָס איז אַן ערנסטע פּראָבלעם פֿאַר טוריסטן.
אויך דער קאַמפּוס פֿון דעם טאָקיאָ־אוניווערסיטעט האָט מיר אויסגעזען ריזיק ביז מיר זײַנען בשלום אָנגעקומען אין מײַן צימער, וווּ איך האָב זיך סוף־כּל־סוף געקענט דערלויבן „אַוועקצופֿאַלן‟.
אויף צו מאָרגנס איז פֿאָרגעקומען דער ערשטער רעפֿעראַט, וואָס מען האָט אָרגאַניזירט נישט אויפֿן טאָקיאָ־אוניווערסיטעט, נאָר אויף דעם וואַסעדאַ־אוניווערסיטעט. די דאָרטיקע פּראָפֿעסאָרין וואָס האָט צוזאַמען מיט ד״ר קאַמאָשידאַ אָרגאַניזירט די באַגעגעניש איז געווען פּראָפֿ׳ מיהאָ מאַצונאַגאַ — אַ מומחהטע אין דײַטשער ליטעראַטור. זי איז איינע פֿון די פֿירנדיקע אויטאָריטעטן אינעם תּחום פֿון דײַטשער ליטעראַטור און אויך פֿון ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון דײַטש אויף יאַפּאַניש. ווי אַן איבערזעצערין ספּעציאַליזירט זי זיך אויף פּאָעזיע. זײַענדיק זייער שפּירעוודיק צו שפּראַך בכלל און לגבי דער מעגלעכקייט אָדער אוממעגלעכקייט פֿון איבערזעצונג, האָט זי פֿאָרגעלייגט דעם רעפֿעראַט וועגן ייִדיש פֿאַר אַ ברייטן עולם סטודענטן פֿון ליטעראַטור און איבערזעצערײַ. פּראָפֿ׳ מאַצונאַגאַס אָפֿנקייט צו דער ייִדישער שפּראַך האָט זיך צווישן אַנדערע אַרויסגעוויזן דורך דעם ווילן, צו מאַכן די סטודענטן הערן דאָס מקורדיקע מאַמע־לשון — נישט געקוקט אויף דעם פֿאַקט, אַז זיי הערן די שפּראַך צום ערשטן מאָל און קענען זי נישט פֿאַרשטיין. ס׳איז דער פּראָפֿעסאָרשע געווען אין גאַנצן קלאָר, אַז כּדי צו קריגן אַן ערשט געפֿיל און אַן ערשטן אויטענטישן רושם פֿון ייִדיש דאַרפֿן אירע סטודענטן קאָנפֿראָנטירט ווערן מיטן קלאַנג פֿון דער שפּראַך.
האָב איך דעם ערשטן רעפֿעראַט מײַנעם אין טאָקיאָ געהאַלטן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אויף ייִדיש. דער עולם איז באַשטאַנען פֿון אַ פֿערציק־פֿופֿציק מענטשן, לרובֿ יונגיטשקע סטודענטן און אפֿשר צוויי־דרײַ עלטערע גאַסטהערער. איינער פֿון זיי איז נישט געווען קיין אַנדערע ווי נאַצו מאָטײַ, יאַפּאַנס הויפּט־איבערזעצערין פֿון העברעיִשער ליטעראַטור. זי איז געקומען צו פֿאַרשטיין בעסער די קרובֿהשאַפֿט צווישן העברעיִש און ייִדיש און אַוודאי געשעפּט אַ באַזונדערן נחת פֿון די טיילן רעפֿעראַט, וואָס זײַנען געווען געווידמעט דעם העברעיִשן קאָמפּאָנענט. באַזונדערש האָט זי פֿאַסצינירט זײַן באַניץ ווי אַ סטיליסטיש מיטל. זי איז למשל נתפּעל געוואָרן פֿון דעם איידעלן חילוק צווישן גלאַט „הענט‟ און די מער ממשותדיקע „ידיים‟.
ווי אַזוי וועט אָבער אַזאַ גרויסער עולם אײַנזיצן אַ שעה מיט אַ האַלב נישט פֿאַרשטייענדיק קיין איין וואָרט ייִדיש? איינע פֿון די גרויסע מעלות פֿון יאַפּאַנער איז זייער דרך־ארצדיקע דיסציפּלין. פֿון דעסטוועגן האָט מען דאָך געוואָלט, דער עולם זאָל קענען נאָכפֿאָלגן און נישט בלויז פֿילן דעם טעם. האָט מען פֿאַרטראַכט דעם דאָזיקן רעפֿעראַט ממש צוויי־שפּראַכיק, מיט אַ כּמעט־סימולטאַנער איבערזעצונג, צוגעשטעלט דורך ד״ר קאַמאָשידאַ. נאָך יעדן לענגערן פּאַראַגראַף האָט מען פֿאָרגעלייענט די יאַפּאַנישע איבערזעצונג און אַזוי אָפּגעהיט אַ לעבעדיקע דינאַמיק בשעת דער גאַנצער לעקציע. אַן אַקאַדעמישער צוגאַנג צו ייִדיש, וועלכן מען וואָלט זיך איבער דער גאָרער וועלט געמעגט אָפּלערנען!
אין דער רעם פֿונעם רעפֿעראַט איז אויך פֿאָרגעשטעלט געוואָרן די שרײַבסיסטעם פֿון ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אי די פֿונקציע פֿון די מקורדיקע ייִדישע אותיות, אי די טראַנסקריפּציע־כּללים. דערבײַ איז מצד די יאַפּאַנער אויפֿגעקומען אַ טשיקאַווער פֿאַרגלײַך: די שיטה לויט וועלכער אין ייִדיש ווערן געשריבן די לשון־קודשדיקע ווערטער ווי אין לשון־קודש און נישט פֿאָנעטיש, האָט מען פֿאַרשטאַנען דורך דער שרײַבסיסטעם פֿון דער אייגענער, יאַפּאַנישער שפּראַך! זי פֿאַראייניקט אין זיך אויכעט צוויי שיטות — איינע אַ פֿאָנעטישע און איינע אַן עלטערע, „היראָגליפֿישע‟, וואָס באַזירט זיך אויף דער טראַדיציע פֿון די כינעזער בילדער־סימנים.
די יונגע סטודענטן האָבן בײַם סוף רעפֿעראַט נישט געהאַט קיין סך פֿראַגעס — די אָרגאַניזאָטאָרן האָבן מיך שוין געהאַט געוואָרנט, אַז „די יאַפּאָנער זײַנען נישט צוגעוווינט צו אַ באמת אינטעראַקטיווער לעקציע. זײַנען גיכער שטילינקע און העפֿלעכע, נאָר יאָ העכסט אויפֿמערקזאַם‟. נאָר פֿאָרט זײַנען געווען אַ פּאָר פֿראַגעס, באַזונדערש אין שײַכות מיט היסטאָרישע און קולטורעלע אַספּעקטן, ווייניקער וואָס שייך לינגוויסטישע עניינים.
נאָכן רעפֿעראַט איז נאָך געזעסן צוזאַמען אַ קליינע גרופּקע אין פּראָפֿ׳ מאַצונאַגאַס ביוראָ, אויף אַ טראַדיציאָנעלן — קאַלטן! — טיי און אַ ביסל היימישן זיסוואַרג און געזאַלצענע אַלגע־קיכעלעך. דער שמועס וואָס האָט זיך דאָרט אַנטוויקלט האָט באַשטעטיקט, אַז אויך אין יאַפּאַן ווערט די הומאַניסטיק אין דער אַקאַדעמיע אײַנגעשרומפּן. נאָר פֿון דעסטוועגן בלײַבט מען נאָך מיט אַ זשמעניע סטודענטן און צווישן זיי עטלעכע גאָר ערנסטע, וואָס האָבן זיך פּרעכטיק אויסגעלערנט נישט בלויז ענגליש, נאָר אויך אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן ווי דײַטש, טשעכיש אָדער רוסיש. פּראָפֿ׳ מאַצונאַגאַ האָט דערציילט, אַז מיט אירע סטודענטן פֿון דײַטשער ליטעראַטור לייענט זי די טעקסטן אין דײַטש, נאָר רעדט זיי אַרום אין קלאַס אויף יאַפּאַניש. מע האָט געשמועסט וועגן די שוועריקייטן פֿונעם שפּראַך־לימוד, וואָס זײַנען פֿאַר יאַפּאַנער באַזונדערש גרויס ווען עס גייט אין אייראָפּעיִשע שפּראַכן, ווײַל דער לימוד מוז אויכעט אַרײַננעמען דאָס פֿאַרשטיין מענטאַליטעטן וואָס זײַנען זײ לחלוטין אַנדערש און זייער פֿרעמד.
די דאָזיקע פּראָבלעמען עקזיסטירן, פֿאַרשטייט זיך, אויך אין דער אַנדערער ריכטונג: ווי שווער איז פֿאַר אייראָפּעער, זיך אויסצולערנען אַזיאַטישע שפּראַכן, אַפֿילו בלויז צוליב דער שטאַרק אַנטוויקלטער היראַרכישער מחשבֿה וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אין דעם לשון! אַז מע רעדט יאַפּאַניש צו עמעצן וואָס איז עלטער רעדט מען מיט אַן אַנדער ווענדונג־פֿאָרעם ווי צו אַ ייִנגערן; אַז מע רעדט צו זײַן אַרבעט־געבער אָדער אַ פּראָפֿעסאָר איז ווידער אַנדערש ווי צו אַ באַאַמטן. פֿאַראַן אויך בולטע אונטערשידן צווישן די געשלעכטן.
דער ערשטער רעפֿעראַט האָט איבערגעלאָזן אַ טיפֿן רושם פֿון ביידע צדדים. עטלעכע גאָר יונגע סטודענטן, וואָס האָבן געקענט דײַטש אָדער העברעיִש האָבן זיך געפֿילט אינספּירירט און איך פֿון מײַן זײַט האָב שטאַרק באַוווּנדערט דעם גוטן ווילן צו אַ שפּראַך און קולטור, וואָס איז די יאַפּאַנער ספּעציעל פֿרעמד. פֿון ד״ר סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ האָב איך געוווּסט, אַז די ידיעות וועגן ייִדן און ייִדישער געשיכטע זײַנען בײַם דורכשניטלעכן יאַפּאַנער זייער באַגרענעצט. אינטערעסאַנט פֿאַר מיר איז געווען איר טענה, אַז מען פֿאַראינטערעסירט זיך דווקא יאָ מיט דער חורבן־תּקופֿה. די סיבה דערפֿאַר: אַזוי ווי די יאַפּאַנער אַליין האָבן אין זייער געשיכטע שווער באַעוולט עטלעכע אַנדערע עטנישע גרופּעס, דינט זיי דער בײַשפּיל פֿון די ייִדישע קרבנות בשעתן חורבן ווי אַ דוגמא פֿון מאָראַלישן אומיושר, וואָס מאַכט זיי בעסער פֿאַרשטיין זייערע אייגענע גרויזאַמקייטן. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג צו געשיכטע קומט צום אויסדרוק עפּעס וואָס איך האָב געקענט שפּירן, אַפֿילו זײַענדיק נאָר אַ „גיכער פֿאַרבײַ־פֿאָרער‟: אַ זייער טיף אײַנגעוואָרצלט פֿליכט־באַוווּסטזײַן צו דאַרפֿן שטרעבן צו אַ געוויסן פּערפֿעקציאָניזם און דאָס אויף דער באַזע פֿון אַ כּסדרדיקער גרייטקייט, זיך צו לערנען. אין דעם דאָזיקן רצון צו זײַן קאָרעקט איז פֿאַראַן אַ כּזית „יעקישקייט‟ און גאָר עקסטרעם האָט עס פֿאָרמולירט מײַן קאָלעגין ד״ר קאַמאָשידאַ אַליין: „די יאַפּאַנער דערמאָנען מיר זייער שטאַרק אין די דײַטשן: זייער ריין און זייער קאַלט.‟ קאַלט, נישט ווי „אומפֿרײַנדלעך‟; קאַלט ווי „אומעמאָציאָנעל‟.
די ליבע צו „קאָרעקטער פֿאָרעם‟ דריקט זיך אויס, למשל, אין אַן אַנדער אינטערעסאַנטן, קולטורעלן פֿירעכץ וואָס איך האָב אי בײַגעווען צופֿעליק אויף דער גאַס, אי אַליין איבערגעלעבט מיט מײַנע גאַסטגעבערס: ווען מען פֿאַרבעט עמעצן אויף צו עסן צוזאַמען אין אַ רעסטאָראַן, באַגלייט מען אים דערנאָך ביז אַ געוויסן בשותּפֿותדיקן פּונקט און נאָכן זײַ־געזונט דרייט מען זיך נישט פּשוט אַוועק אין דער אייגענער ריכטונג — חס־ושלום! בלויז דער פֿאַרבעטענער לאָזט זיך אין וועג, בשעת דער וואָס האָט פֿאַרבעטן בלײַבט שטיין, נאָכקוקנדיק זײַן גאַסט ביז יענער פֿאַרשווינדט און איז באמת נישט צו זען. נאָר דעמאָלט מעג דער גאַסטגעבער זיך אויסדרייען און אַליין אַוועק.
מיט מיר האָט טאַקע פּאַסירט אַזאַ מעשׂה. און בשעת איך בין ווײַטערגעגאַנגען מיט ד״ר קאַמאָשידאַ, האָב איך באַמערקט, אַז די גאַנצע גרופּע פּראָפֿעסאָרן רירט זיך נישט פֿון אָרט, און מער — זייער קאָנצענטרירטער בליק גייט מיר ממש נאָך פֿוסטריט. איך בין שיער נישט געבליבן שטיין — און אַוודאי וואָלט דאָס געווען אַ גראָבער טעות! אָבער אַדאַנק מײַן באַגלייטערין איז מיר געוואָרן בײַ צײַטנס קלאָר, אַז דאָס קליגסטע צו טאָן, איז טאַקע נעלם ווערן. זאָלן מײַנע גאַסטגעבער אויך קענען רויִקערהייט פֿאָרן אַהיים!
דער צווייטער רעפֿעראַט איז פֿאָרגעקומען אין דעם גלאַוונעם טאָקיאָ-אוניווערסיטעט — דעם עלטסטן יאַפּאַנישן אוניווערסיטעט, וואָס שמט נאָך אַלץ פֿאַרן „בעסטן‟, כאָטש די קאָנקורענץ פֿון די פּריוואַטע אוניווערסיטעטן, וואָס האַלטן זיך אין איין מערן, וואַקסט.
דאָרט האָט מען איניצייִרט די באַגעגעניש מיט ייִדיש דורכן אָפּטייל פֿון פֿאַרגלײַכנדיקע ליטעראַטורן, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ מיצו נומאַנאָ, אַ סלאַוויסט וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף רוסישער ליטעראַטור, און קען אויך נישקשהדיק פּויליש. די באַגעגעניש מיט זײַן אָפּטייל, קודם אין דעם לערער־צימער און דערנאָך אין דעם לערנזאַל גופֿא, האָט געהאַט אַ „וועלטישן‟ טעם! אַרײַנקומענדיק אין לערער־צימער האָט מען מיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָפֿעסאָרשע וואָס האָט גערעדט אָן אַן אַקצענט אי ענגליש אי רוסיש; אַ פֿאָרש־אַסיסטענטקע, וואָס האָט גערעדט אָן אַן אַקצענט און אָן אַ פֿעלער דײַטש; אַ יונגן פּאָסט־דאָקטאָראַנט וואָס האָט זייער גוט געקענט פּויליש און זיך אויך געלערנט ייִדיש — אויף אַזוי ווײַט, אַז ער האָט זיך לכּבֿוד מײַן רעפֿעראַט גענומען איבערזעצן עטלעכע לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווערן! צו די אַלע מענטשן און שפּראַכן איז שפּעטער נאָך צוגעקומען אַ יונגע פֿאָרשערין, וואָס האָט גערעדט אַ שלמותדיק העברעיִש. אַ מחיה!
און אַזוי אוניווערסאַל האָט אויך אויסגעזען דער טיש, בײַ וועלכן מע האָט מיך אַוועקגעזעצט: געדעקט מיט כּל-מטעמים פֿון דער גאָרער וועלט. איך האָב דאָרט תּיכּף דערקענט מײַנע באַליבטע שאָקאָלאַדקעס פֿון פּוילן, פּראַלינקעס פֿון דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך, קעסטעלעך מיט טשעכישע און — להבֿדיל! — רוסישע אויפֿשריפֿטן און יאַפּאַנער משקה.
זייער אַ וועלט־אָפֿענע שטימונג האָט דאָרט געהערשט. זייער קאָלעגיאַל, זייער געלערנט. גיך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די יאַפּאַנער אַקאַדעמיקער־קאָלעגעס פֿאָרן באמת אויס אַ וועלט, נעמען רעגולער אָנטייל אין אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן און באַטייליקן זיך אין אויסטוישן מיט אַנדערע אוניווערסיטעטן. אַזוי למשל אונדזער ייִדישיסטקע-קאָלעגין סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ — די טעג געפֿינט זי זיך פּונקט אויף דער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין אָטאַוואַ.
דער רעפֿעראַט אונטער פּראָפ׳ נומאַנאָס אַפּיטרופּסות איז פֿאָרגעקומען אויף ענגליש און אים זײַנען אויך געקומען הערן געציילטע פּראַפֿעסאָרן פֿונעם סלאַוויסטיק־אָפּטייל. דער עולם אין טאָקיאָ־אוניווערסיטעט איז געווען קלענער ווי אין וואַסעדאַ, אפֿשר אַ צוואַנציק צוהערער; צווישן זיי — אַ זשמעניע אויסלענדישע סטודענטן, וואָס לעבן און שטודירן אין טאָקיאָ. די פֿראַגעס אָבער זײַנען געווען שאַרפֿער און אינטעלעקטועלער. דער דאָרטיקער רעפֿעראַט איז געווען געווידמעט דעם לעבן און דער שאַפֿונג פֿון אַבֿרהם סוצקעווערן. בשעתן רעפֿעראַט האָב איך פֿאָרגעלייענט אַן אָפּקלײַב לידער פֿונעם פּאָעט און ד״ר מאָריאַסו טאַנאַקאַ האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע פֿרישע איבערזעצונגען אויף יאַפּאַניש. אויך אַן ענגלישע איבערזעצונג איז געווען צו דער האַנט. די דאָזיקע דערפֿאַרונג — צו הערן סוצקעווערס פּאָעזיע אין איין אָטעם אויף ייִדיש און אויף יאַפּאַניש — איז געווען רירנדיק און רושמדיק. אין מײַנע אויגן איז דער יונגער איבערזעצער טאַנאַקאַ, וואָס האָט זיך אין זײַן דאָקטאָראַט פֿאַרנומען מיטן פּויליש־ייִדישן פּאָעט יוליאַן טובֿים, געווען דערפֿרישנדיק דרייסט. צו נעמען אויף זיך, איבערצוזעצן אין ווייניק טעג סוצקעווערס שווערע פּאָעזיע אין אַ לחלוטין אַנדערער קולטורוועלט — נישט בלויז שפּראַך — האָט מיר אויסגעזען אַ גאָר געוואַגטער פֿאַרמעסט! נאָר דאָס זעט אויך אויס צו זײַן אַ יאַפּאַנער שטריך: מען האָט נישט קיין מורא.
די אמתע גבֿורה האָט דאָ אָבער אויפֿגעטאָן ד״ר סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ: זי האָט דאָס צום מערסטן פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און אויסגעפּועלט אַלע נייטיקע שידוכים, וואָס האָבן לסוף דערלויבט צו אָרגאַניזירן צוויי אַקאַדעמישע לעקציעס פֿון גאַנץ ברייטן פֿאַרמעסט, געווידמעט בלויז ייִדיש. זי האָט צוגעגרייט די איבערזעצונגען דאָרט וווּ מע האָט זיי באַדאַרפֿט און אָנגעפֿירט די דיסקוסיעס אַרום די רעפֿעראַטן. זי האָט פֿאַרשפּרייט די ידיעה וועגן די לעקציעס און רעקרוטירט אַ בכּבֿודיקן עולם פֿאַראינטערעסירטע. און זי איז הײַנט די פֿאָרשטייערין פֿון אַ נײַעם, אַקאַדעמישן דור ייִדיש־קענערס אין יאַפּאַן, וואָס מיט דיסציפּלין און נײַגעריקייט — צוויי גרויסע יאַפּאַנער מידות — וועלן קולטיווירן ייִדיש און פֿאַרשפּרייטן צווישן זייער פֿאָלק מער וויסן וועגן דער דאָזיקער עקזאָטישער קולטור און שפּראַך. ד״ר קאַמאָשידאַ טוט עס אויף זייער אַן איבערגעגעבענעם אופֿן. זי איז זייער אַקטיוו, נישט נאָר אין אָרגאַניזירן פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן ווי רעפֿעראַטן און וואַרשטאַטן. זי פֿאַרנעמט זיך אויך מיט ייִדיש־לערערײַ. ביז אַהער האָט זי געלערנט ייִדיש אין אַ העכערן לערן־אַנשטאַלט אין טאָקיאָ. פֿונעם קומעדיקן זמן אָן וועט זי זײַן — דערווײַל אויף איין סעמעסטער — די ייִדיש־לערערקע אינעם טאָקיאָ־אוניווערסיטעט. זי האָפֿט דורך דער־אָ וויכטיקער געלעגנהייט צו סטימולירן מער סטודענטן, זיך אָפּצוגעבן מיטן ערנסטן, אַקאַדעמישן ייִדיש־לימוד.
וואָס נאָך מען קען זען אין טאָקיאָ — אַחוץ אינטערעס און מי פֿאַר ייִדיש? אַחוץ רעפֿעראַטן אויף ייִדיש? אַחוץ דעם חשק נאָך מולטיקולטורעלן אויסטויש?
העכסט מאָדערנע און רייצנדיקע אַרכיטעקטור נוסח דער „אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום‟ — אַ ריזיקער בנין פֿון גאָלע גלאָז; געדולדיקע רייען אויף אַרויפֿצוגיין אויפֿן מעטראָ און — לויט שעהען — ספּעציעל רעזערווירטע ערטער פֿאַר רייען אויסשליסלעך פֿאַר פֿרויען, כּדי די מענער זאָלן זיך אין דער געדיכטער מאַסע וואַרטנדיקע נישט קענען טשעפּען צו זיי; ציכטיקע פּאַרקן, גאַסן, בכלל עפֿנטלעכע ערטער, אָבער כּמעט אין ערגעץ נישט קיין עפֿנטלעכע מיסטקאַסטנס; קאָמיקס־פֿיגורן אומעטום — אויף רעקלאַמע־שילדן פֿאַר כּלערליי פּראָדוקטן, אויף שילדן מיט עפֿנטלעכע אינסטרוקציעס, ווי באַפּוצונגען אויף כּלערליי פּראָדוקטן און גאַנצענע ביכערקראָמען נאָר מיט בילדערשטרײַף. פֿאַראַן אַפֿילו אַ קוואַרטאַל, אַקיהאַבאַראַ, וווּ מען קען געפֿינען קראָם אויף קראָם פֿון דעם סאָרט — און דווקא פֿאַר דערוואַקסענע, מיט בולט עראָטישן אינהאַלט.
און לאָמיך נישט פֿאַרגעסן: פֿיש און סושי — סושי און פֿיש! דער סאַמע פֿאַרמאַטערטער טוריסט, וועמען עס שווינדלט פֿון די פּאָטראַווע־באַשרײַבונגען וואָס זײַנען לרובֿ אויסגעהאַלטן אויף יאַפּאַניש, קען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. פֿאַראַן אַ מינהג אין טאָקיאָ, אַרויסצושטעלן פֿאַרן רעסטאָראַן נישט בלויז פֿאָטאָס פֿון די מאכלים, וואָס מען קען באַשטעלן אינעווייניק. מע שטעלט אויס גאַנצענע פּלאַסטיק־מאָדעלן, וואָס דערלויבן זעלטן אַ ספֿק.
מען סערווירט אַלץ מיט אַ לײַכטער פֿאַרנייגונג און אַלץ וואָס מען סערווירט איז ריינסטער טעם־גן־עדן ווי דער לוויתן.
פֿריש, געזונט, עקזאָטיש, אַזש עס ווילט זיך נאָך!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.