דורכבלעטערנדיק אונדזער פֿאָטאָ־אַרכיוו האָט אונדזער אַרכיוויסטין חנה פּאָלאַק געפֿונען אַ ריי אינטערעסאַנטע בילדער, וואָס פֿאָטאָגראַפֿן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ האָבן געמאַכט בעת די פֿאַרגאַנגענע וואַל־טעג. זי האָט אויך אַנטדעקט געוויסע טשיקאַווע אַרטיקלען, וואָס ווײַזן ווי אַזוי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געדעקט די וואַלן און ווי אַזוי ער האָט אינפֿאָרמירט זײַנע לייענער.
אין די ערשטע יאָרן פֿון דער צײַטונג, איז זי געווען אַן אָרגאַן פֿון דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און האָט עפֿנטלעך געשטיצט אירע קאַנדידאַטן. שפּעטער איז ער געוואָרן אַ שטאַרקער שטיצער פֿון די דעמאָקראַטן בכלל און פֿון פּרעזידענט פֿרענקלין רוזעוועלט בפֿרט. (זינט 2007 איז דער „פֿאָרווערטס‟ אַ טייל פֿון אַ ניט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציע און מיר טאָרן דערפֿאַר ניט אינדאָרסירן קיין קאַנדידאַטן).
איידער מע האָט געהאַט טעלעוויזאָרן אין דער היים פֿלעגט דער „פֿאָרווערטס‟ אַרויפֿשטעלן ריזיקע עקראַנען אין עפֿנטלעכע ערטער, אויף וועלכע מע האָט פּראָיעקטירט די וואַל־רעזולטאַטן מיט ריזיקע לאָמפּן. אינעם דאָזיקן בילד, פֿון 1940, פֿײַערן מענטשן אויף די גאַסן דעם נצחון פֿון פֿרענקלין רוזעוועלט פֿאַרן „פֿאָרווערטס־בנין‟, וווּ זיי האָבן זיך פֿאַרזאַמלט כּדי צו זען די וואַל־רעזולטאַטן.
דער דירעקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, אַלכּסנדר כּהן, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, גרייטן זיך צו שטימען אין ניו־יאָרק (יאָר אומבאַקאַנט).
אין 1932 האָט מען אָנגעהויבן אין דער שטאָט ניו־יאָרק צו נוצן נײַע שטים־מאַשינען. אינעם דאָזיקן אַרטיקל לערנט דער „פֿאָרווערטס‟ די לייענער ווי אַזוי צו נוצן די נײַע מאַשינען און עצהט זיי צו שטימען פֿאַר די קאַנדידאַטן אין דער פֿערטער ריי. דאָס זענען, פֿאַרשטייט זיך, געווען די סאָציאַליסטישע קאַנדידאַטן. אונטן גיט מען מער אַ פּרטימדיקע דערקלערונג מיטן טשיקאַוון קעפּל: „אַ ביסעלע רש״י‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.