נאָך די פֿאָריקע צוויי סדרות, וואָס האָבן אַ בפֿירוש אוניווערסאַליסטישן אַלמענטשלעכן טעם, קומען מיר הײַנט אָן צו אַ פּרשה, וווּ דער ספּעציפֿיש־ייִדישער תּוכן ווערט קאָמבינירט מיט אוניווערסאַליזם.
דער אייבערשטער זאָגט אָן אַבֿרהמען: „לך־לך‟ — גיי אַרויס פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היים, פֿון דײַן טאַטנס הויז; גיי אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. פּאַראַדאָקסיש, הגם דאָ גייט אַ רייד וועגן ארץ־ישׂראל, קלינגט דעם אייבערשטנס אָנזאָג ווי אַ מין מאַניפֿעסט פֿון קאָסמאָפּאָליטיזם. דער רבונו־של־עולם הייסט אַבֿרהמען צו פֿאַרלאָזן זײַן היים און גיין נע־ונדעווען איבער דער וועלט.
דער אויסדרוק „לך לך‟, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן ווי „גיי צו זיך אַליין‟. דער חילוק צווישן אַ מענטש און אַ מלאך באַשטייט אין דער מענטשלעכער פֿעיִקייט צו גיין אַלעמאָל אין נײַע ערטער, אינעם גשמיותדיקן און רוחניותדיקן זין פֿון וואָרט. אַ מלאך לויפֿט כּסדר אַרויף אין הימל צום אייבערשטנס כּסא־הכּבֿוד, אָבער פֿאָרט בלײַבט ער אַ „שטייענדיקע‟ באַשעפֿעניש, וואָס בלײַבט בעצם אויף דער זעלבער מדרגה פֿון רוחניות. להיפּוך, איז דער מענטש אַ שטענדיקער גייער; צומאָל פֿאַלט ער אַראָפּ ביז די נידעריקסטע מדרגות פֿון גיהנום, אָבער איז אַלעמאָל מסוגל אַרויפֿצופֿליִען העכער ווי אַ מלאך.
ווי די מקובלים און חסידישע צדיקים זענען מסביר, איז אַבֿרהם אַלעמאָל געגאַנגען צו זײַן אייגענעם שורש־נשמה. אין יעדן אָרט אויף זײַן וועג האָט ער געטראָפֿן פֿינקעלעך פֿון קדושה, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿון זײַן אייגענער נשמה. צומאָל האָט ער מגייר געווען מענטשן און פֿאַרוואַנדלט זיי אין עובֿדי־השם; צומאָל האָט ער אַנטדעקט נײַע דרכים אין זײַן אייגענער עבֿודת־השם.
די ערטער, וואָס דער רבונו־של־עולם האָט געוויזן אַבֿרהמען, „האָרץ אַשר אַראך‟, קאָנען אויך אויסגעטײַטשט ווערן ווי „דאָס לאַנד, וואָס וועט דיר שײַנען‟. די נשמה פֿון יעדן מענטש ציט אים צומאָל צו אומגעריכטע ערטער, וווּ עס שײַנען די גײַסטיקע אוצרות, וואָס ער דאַרף געפֿינען אין זײַן גײַסטיקער אַנטוויקלונג. נײַע פּלעצער, פּערזענלעכע קאָנטאַקטן און פּאַסירונגען דערמעגלעכן צו אַנטפּלעקן נײַע פֿינקעלעך אין אונדזער נשמה־ליכט.
יעדעס אָרט אויף אַבֿרהמס וועג איז פֿאַר אים געווען אַ קוואַל פֿון הייליקייט. אַ חסיד האָט אַמאָל געבעטן בײַם „צמח־צדק”, דעם דריטן רבין פֿון חב״ד, אַ ברכה צו פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. דער רבי האָט באַטאָנט: מאַך דאָ ארץ־ישׂראל! יעדעס אָרט אין דער וועלט, וווּ די מענטשן שטרעבן צו אַנטפּלעקן געטלעכקייט, איז ברוחניות אַ הייליק לאַנד. רבי מנחם מאירי, איינער פֿון די קלאַסישע גמרא־מפֿרשים, דערקלערט, אַז נישט־ייִדישע ערטער, וווּ די תּושבֿים זוכן ערנסט רוחניות, זענען אויך, אין אַ געוויסן זין, אַ טייל פֿונעם גײַסטיקן ארץ־ישׂראל. פֿון אַבֿרהמס און שׂרהס פּערספּעקטיוו, ווען זיי האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס בוכשטעבלעכע ארץ־ישׂראל און זיך ראַטעווען פֿון הונגער אין מצרים, האָבן זיי אויך געפֿונען „ישׂראל‟ אין זייער גײַסטיקער היים. אויף זייער מדרגה פֿון רוחניות, האָבן אַבֿרהם און שׂרה געקאָנט אַנטדעקן קדושה אַפֿילו אין רישעותדיקע ערטער.
אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט שטרעבן אַ סך ייִדן צו דערווײַזן זייער ייִחוס. לויט דער ייִדישער מסורה, איז אַבֿרהמס טאַטע, תּרח, געווען אַ גענעראַל בײַ נמרוד, וועלכער האָט געדינט דעם דאָזיקן רישעותדיקן בייזן קיניג ווי אַן אָפּגאָט. זײַענדיק דער ערשטער ייִד אין דער וועלט און אַ זון פֿון אַ רשע, איז אַבֿרהם נישט געווען קיין יחסן. צוליב זײַן פּערזענלעכן וועג צום אייבערשטן האָט ער אָבער דווקא אין זיך די גאַנצע טראַדיציע פֿונעם ייִדישן ייִחוס. גרים און ייִדן פֿון געמישטע משפּחות רופֿן זיך דאָך „בני אַבֿרהם‟. עס באַקומט זיך, אַז אַזוי ווי אינעם געאָגראַפֿישן זין האָט אַבֿרהם פֿאַרוואַנדלט יעדעס אָרט אין אַ הייליקן לאַנד, האָט ער פֿאַרוואַנדלט זיך אַליין אינעם שורש פֿונעם גאַנצן ענין פֿון ייִחוס.
דער איזשביצער רבי באַטאָנט אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟, אַז אַבֿרהמס קרובֿ לוט האָט, אין אַ געוויסן זין, דווקא געשטימט מיטן סטערעאָטיפּ פֿון אַ בעל־ייִחוס. אַדרבה, אין פֿאַרגלײַך מיטן „היימישן‟ לוט האָט אַבֿרהם אויסגעזען ווי אַן עקסצענטרישער נע־ונדניק. די תּורה וואָרנט אונדז נישט צו דינען קיין שטיינערנע און הילצערנער אָפּגעטער; דאָס מיינט, אַז מיר טאָרן נישט פֿאַרוואַנדלען די תּורה אַליין, חלילה, אין אַן עבֿודה־זרה. עס טרעפֿן זיך, נעבעך, גאַנץ פֿרומע ייִדן, וואָס מיינען, אַז אינעם מעכאַנישן פֿאָלגן די „היימישע‟ מינהגים באַשטייט זייער מיסיע אין דער וועלט. דער עצם־נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווײַזט, אַז דער ערשטער ייִד אין דער וועלט האָט געפֿירט אַ לעבן, וואָס קומט אינגאַנצן אין סתּירה מיט „היימישקייט‟. אַנשטאָט זיצן אין דער היים, האָט ער געוואַנדערט אַרום דער וועלט, זוכנדיק פֿינקעלעך פֿון קדושה אין די סאַמע אומגעריכטע מקומות.
לוט איז געווען אַ טיפּישער „צדיק אין פּעלץ‟. הגם ער זעט נישט אויס ווי אַ צו פּאָזיטיווער פּערסאָנאַזש אין דער תּורה, דערקלערן אונדז די חז״ל, אַז ער האָט אַלעמאָל געהאַט גוטע, אויסגעהאַלטענע תּירוצים פֿאַר זײַנע מעשׂים. די חז״ל גיבן איבער, אַז אַבֿרהם האָט פֿאַרלאָזט זײַן היימלאַנד צוליב זײַן ווידערשטאַנד קעגן נמרוד, וועלכער האָט אים אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ קאַלך־אויוון. על־פּי־נס איז אַבֿרהם אָבֿינו געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם פֿײַער, אָבער געמוזט זיך לאָזן נע־ונדעווען אין פֿרעמדע לענדער. אין אונדזער סדרה שפּילט אַבֿרהם די ראָלע פֿון אַ מין אַנטי־אימפּעריאַליסטישן אַקטיוויסט, אַן אוראַלטער פּראָטאָטיפּ פֿון די הײַנטיקע וואַנדערנדיקע „היפּיס‟.
אַחוץ דעם חילוק צווישן אַבֿרהם און לוט, ווערט אין די קלאַסישע חסידישע ספֿרים אָפֿט דערמאָנט דער אונטערשייד צווישן אַבֿרהם און נח. ביידע פּערסאָנאַזשן האָבן אויפֿגעפֿירט משיחישע ראָלעס און זיכער געווען גרויסע צדיקים. די חז״ל באַמערקן אָבער, אַז נח איז געווען „מקטני אמנה‟. זײַענדיק אַ גרויסער נבֿיא, האָט ער פֿאָרט נישט געגלייבט מיטן גאַנצן האַרצן, אַז דער מבול וועט אין דער אמתן פֿאַרפֿלייצן די גאַנצע וועלט. דער אַפּטער רבֿ אין זײַן ספֿר „אוהבֿ ישׂראל‟ זאָגט, אַז דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל דאַרף מען נישט אָננעמען כּפּשוטו. ווען דער באַשעפֿער האָט געוואָרנט נחן וועגן דעם מבול, האָט ער אַוודאי געגלייבט. ער האָט אָבער אויך געוווּסט, אַז דווקא צוליב זײַן שטאַרקער אמונה קאָן די הימלישע גזירה מקוים ווערן. האָפֿנדיק מבֿטל צו זײַן דעם גזר־דין, האָט ער בכּיוון נישט געוואָלט טראַכטן צופֿיל וועגן דער קומענדיקער וועלט־קאַטאַסטראָפֿע. מע קאָן זאָגן, אַז נח האָט רעפּרעזענטירט דעם מאָדעל פֿונעם „היימישן‟ צדיק, וועלכער האָט ביזן לעצטן טאָג געהאָפֿט, אַז דער באַשעפֿער וועט לאָזן די וועלט אַרום אים צו רו.
אַבֿרהם אָבֿינו רעפּרעזענטירט אַן אַנדער מין צדיק. גלייבנדיק אַלעמאָל אינעם אייבערשטנס אָנזאָגן, האָט ער געפֿירט אַ דינאַמיש לעבן פֿון נע־ונד. אין דער קומענדיקער פּרשה וועלן מיר לייענען וועגן דער עקדת־יצחק. דער איזשביצער רבי באַטאָנט, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט געפֿילט פֿון אָנהייב, אַז זײַן זון וועט נישט אומקומען ווי אַ קרבן. פֿונדעסטוועגן, האָט ער מקבל געווען דעם אייבערשטנס באַפֿעל און ביזן לעצטן מאָמענט געווען גרייט מקריבֿ צו זײַן יצחקן. גייענדיק אַלעמאָל אויף זײַן וועג צו נײַע השׂגות פֿון רוחניות, האָט ער געוווּסט, אַז אין דער דינאַמישקייט פֿונעם נע־ונדישן לעבן קאָנען אינגאַנצן היפּוכדיקע זאַכן מקוים ווערן אויף אומדערוואַרטע אופֿנים.
דאָס מיינט נישט, אַוודאי, אַז דאָס סטאַבילע היימישע קהילה־לעבן איז שלעכט. בלויז אַ קליינע צאָל יחידים קאָנען נאָכמאַכן אַבֿרהם אָבֿינוס וואַנדערנדיקן לעבנס־שטייגער. פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן איז בעסער צו דערגרייכן אַ געזונטן באַלאַנס צווישן דעם שטענדיקן נע־ונד און „היימישקייט‟. עקסטרעמע פֿאָרעמס פֿון ביידע לעבנס־שטייגערס קאָנען זײַן מסוכּן. מע מוז אָבער געדענקען, אַז דער גרינדער פֿון דער גאַנצער ייִדישער טראַדיציע איז געווען דווקא אַ נע־ונדניק, און דעם אַרכעטיפּ פֿון „היימישקייט‟ רעפּרעזענטירט אינעם תּנ״ך גיכער נח, דער אוניווערסאַלער אַלמענטשלעכער נבֿיא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.