שוין צענדליקער יאָרן װאָס ייִדן דאָ האָבן געגאַרט נאָך ייִדישע מאכלים און מיט אַ מאָל זײַנען אויפֿגעשװומען אַ צענדליק ייִדישע רעסטאָראַנען, זייער טײַערע און צוגענגלעכע, װאָס ציִען־צו דעם ברייטן עולם דורכן צוגרײטן די מאכלים „װאָס די באָבע האָט צוגעגרייט‟. אויף דער ייִדישער װעלט געפֿינט מען אָן אַ שיעור מענטשן װאָס דעפֿינירן זיך װי „גאַסטראָנאָמישע ייִדן‟ און אַ סך קריסטן דערקלערן אַז זיי װאָלטן זיך מגייר געװען בלויז איבער די ייִדישע מאכלים און די פֿרײַע טעג װאָס זיי װאָלטן באַקומען איבער די ייִדישע יום־טובֿים.
כאָטש אַלע טענהן אַז די הײַנטיקע פֿיש און קנישעס קען מען נישט פֿאַרגלײַכן צו די װעלכע די באָבע האָט געלערנט דער מאַמען, האָט זיך באַװיזן אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג: אין אַלע עקסקלוסיװע געגנטן האָט מען דערעפֿנט ייִדישע רעסטאָראַנען, װאָס װערן באַזוכט נישט נאָר פֿון ייִדן, און װאָס אַפילו די אַלגעמײנע צײַטונגען שרײַבן װעגן זיי. דער ייִדישער קוכער נעלסאָן װייקין, אַ באַקאַנטער שעף, װאָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע לעקציעס און טעלעװיזיע־פּראָגראַמען האַלט אַז דאָס איז אַ פֿאָרעם אָפּצוראַטעװען די געשיכטע, די טראַדיציעס און די אידענטיטעט. טאָמאַס קאַליקאַ און כאַװיער איצקאָװיטש האָבן געעפֿנט „מעשיגענע (משוגענע)‟ אַ רעסטאָראַן װו מען דאַרף באַשטעלן אַ פּלאַץ מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער. זיי דעפֿינירן זייער רעסטאָראַן װי אַ „ייִדישע אַװאַנגאַרד‟ און דעם נאָמען האָבן זיי אָפּגעקליבן װײַל זיי װילן דער עולם זאָל משוגע װערן בײַם געדענקען דעם אַמאָליקן טעם מיט אַ קנייטש פֿון מאָדערנעם געשמאַק‟. ספֿרדישע און אַשכּנזישע מאכלים װערן צוגעשטעלט אין אַ מאָדערנעם צוגאַנג. „לאַ קרעספּאָ‟ װאָס איז דערעפֿנט געװאָרן אין דער יידישער געגנט װיזשאַ קרעספּאָ האָט זיך קונה־שם געװען איבער זייערע קנישעס, קרעפּלעך און װאַרעניקעס, און עס איז קלאָר װעלכע איז די ספּעציאַליטעט פֿון „פּאַסטראָנאָמיע‟.
דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט הײַיאָר אָנגעהויבן אַ ציקל לעקציעס אין דער פּראָװינץ. דער ערשטער באַזוך איז געװען דעם 26סטן אָקטאָבער אין דער אַמאָליקער ייִדישער קאָלאָניע „מאָזעסװיל‟, װו עס װוינען נאָך בײַ אַ הונדערט ייִדישע משפּחות. מען האָט געװיזן אַ 300 תּלמידים פֿון די נישט־ייִדישע שולן אַ קורצפֿילם פֿון די אָפּגעראַטעװעטע מאַטעריאַלן פֿון ייִװאָ נאָכן אַטענטאַט, און זיי דערקלערט די צילן און די טעטיקייטן פֿון ייִװאָ.
פֿאַר די פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון די אָרטיקע אַרכיװן און מוזייען האָט מען צוגעגרייט אַ ספּעציעלן צוגרייטונג־קורס און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיטן מאָזעסװילער בירגערמײַסטער צו דיגיטאַליזירן די ייִדישע אַרכיװן.
דעם 4טן און און 5טן נאָװעמבער, האָט דער ייִװאָ מיט דער הילף פֿון װילנער ייִדיש־צענטער פֿון װעלט־קאָנגרעס אין װילנע, דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר אין דער שטאָט פּאָסאַדאַס, אַ 1000 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס װוּ עס האָבן זיך אויך באַטייליקט פֿאָרשטייערס פֿון פּאַראַגװײַ און פֿון די שכינותדיקע פּראָװינצן טשאַקאָ און קאָריענטעס. דער סעמינאַר איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿאַר ייִדיש און פֿאַר דער ייִדישער קולטור. מיט לעקציעס פֿון דעם דירעקטאָר און דער ייִדיש־לערערין אסתּר שװאַרץ האָט מען צוגעצויגן דעם עולם צו דער ייִדיש־שאַפֿונג און מען האָט זיי אויך פּראָזשעקטירט דעם פֿילם װאָס װײַזט דעם בײַטראָג פֿונעם װאָלונטאַריאַט בײַם אָפּראַטעװען די אוצרות פֿון ייִװאָ. אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע, העברעיִשע און לאַדינאָ־לידער װאָס די יונגע קינסטלערין מרים נאָװאַ (נאָװאָמינסקי) האָט פֿירגעבראַכט האָט געשלאָסן דעם סעמינאַר.
###אָפּמאַך צווישן „עמיחי‟ און ייִוואָ וועט דערמעגלעכן ייִדיש־קורסן פֿאַר אָנהייבער און דערוואַקסענע
די קאָנסערװאַטיװע געמיינדע „עמיחי‟ איז געװאָרן אַ װיכטיקער קולטור־צענטער אין דער געגנט בעלגראַנאָ. זייערע קורסן און קאָנצערטן פֿון װעלט־באַרימטע קינסטלערס װערן באַזוכט פֿון הונדערטער מענטשן. כּדאי צו דערמאָנען אַז דער פֿידלער פּנחס צוקערמאַן, די ישׂראלדיקע פֿילהאַרמאָניע מיט זובין מעטאַ און דניאל באַרענבוים זײַנען אויפֿגעטראָטן אין זייער זאַל, װאָס איז די מאָדערנסטע שול אין בוענאָס־אײַרעס. זייערע אָװנט־קורסן זײַנען זייער אַטראַקטיװ פֿאַרן יונגן דור. אויף איבער אַ יאָר האָבן זיי געמאָנט ייִדיש־קורסן פֿאַר אָנהייבערס און אַװאַנסירטע, און דער פֿאָרזיצער פֿון דער געמיינדע, גוסטאַװאָ גלאַמאַן, האָט אונטערגעשריבן דעם 3טן נאָװעמבער, אַן אָפּמאַך מיטן פֿאָרזיצער פֿון ייִװאָ, כאַצקל האַנסמאַן, װאָס װעט דערמעגלעכן בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן; ייִדיש־קורסן װוּ די לערערס פֿון ייִװאָ װעלן לערנען ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, און מען װעט אויך לערנען אַ קורס אויף שפּאַניש װעגן אַשכּנז, כּדי צוצוציִען דעם עולם װאָס קען נאָך נישט קיין ייִדיש.
„ייִדישע פֿאָלקס־מעדיצין‟ איז געװען די טעמע פֿון לעצטן ייִדיש־טיש. היילמיטלען, זאַבאָבאָנעס, קמעיות און אָפּשפּרעכן זײַנען באַהאַנדלט געװאָרן בײַ אַ טעפּל קאַװע און פֿאַרבײַסנס און דער עולם האָט זיך דערמאָנט פֿון די הייל־מיטלען װאָס זיי געדענקען פֿון זייערע קינדער־יאָרן. דער אָװנט, אין גאַנצן אויף יידיש, איז אויך אויסגעניצט געװאָרן צו לערנען װערטער, אידיאָמען און שפּריכװערטער װאָס זײַנען פֿאַרבונדן מיטן געזונט און מיט דער קראַנקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.