קיין מאָסקווע איז געקומען אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט און האָט זיך געטראָפֿן מיט הויכע רוסלענדישע טשינאָווניקעס. זיי האָבן אַרומגערעדט דעם מצבֿ אין סיריע און די פּערספּעקטיוון פֿונעם שלום־פּראָצעס אויפֿן מיטל־מיזרח. די רוסלענדישע מלוכה גרייט צו אַ וויזיט פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער דמיטרי מעדוועדעוו אין מדינת־ישׂראל. קורץ פֿאַר זײַן וויזיט האָט ער געגעבן אַן אינטערוויו דעם קאַנאַל 2 פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, און האָט דערקלערט, אַז מאָסקווע האָט תּמיד אָנערקענט די רעכט פֿון ישׂראל אויפֿן הר־הבית — ניט געקוקט אויף דעם וואָס רוסלאַנד האָט אַנומלט געשטימט פֿאַר דער רעזאָלוציע פֿון „אונעסקאָ‟, וואָס טענהט, אַז דער הר־הבית האָט צו ישׂראל און דעם ייִׅדישן פֿאָלק ניט קיין שײַכות.
נאָך אַ פּאָליטישע ידיעה: במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט שוין דער צווייטער אויסלענדישער אַקטיאָר באַקומען רוסלענדישע בירגערשאַפֿט. דער ערשטער איז געווען דער פֿראַנצייזישער אַקטיאָר זשעראַר דעפּאַרדיע, און איצט איז דער אַמעריקאַנער אַרטיסט, סטיווען סיגאַל, געוואָרן אַ רוסישער בירגער. סיגאַלס אורעלטערן פֿון זײַן פֿאָטערס צד זענען געווען רוסלענדישע ייִׅדן, וואָס האָבן עמיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם פּרעזידענט פּוטין האָט געטענהט, אַז סיגאַל האָט מכּלומרשט שוין לאַנג געבעטן די רוסלענדישע מלוכה זאָל אים געבן די בירגערשאַפֿט; ער איז אַ באַרימטער אַקטיאָר וואָס, האָט ליב רוסלאַנד און שטיצט דאָס לאַנד.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ איז ממשיך זײַן סעזאָן. זונטיק האָט דער פּראָיעקט דורכגעפֿירט אַ פּראָגראַם אין איינעם פֿון די בעסטע קאָנצערט־זאַלן פֿון מאָסקווע, דער זאַל אויף טשײַקאָווסקיס נאָמען. די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן אַ קאָנצערט פֿון סטיוו רײַכס „תּהילים‟: דער אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר האָט צוגעפּאַסט מוזיק צו 4 תּהילים, און זײַן ווערק האָט אויסגעפֿילט דעם וואָקאַל־אַנסאַמבל „נ’קיידזשד‟. פֿאַר דעם קאָנצערט האָבן אַ ריי היסטאָריקער, פֿילאָלאָגן און פֿילאָסאָפֿן געגעבן זייערע קאָמענטאַרן צו די תּנ”כישע טעקסטן.
דער נײַער ייִׅדישער מוזיי אין מאָסקווע האָט די טעג אַ רײַכע פּראָגראַם. דאָנערשטיק דעם 10טן נאָוועמבער אָרגאַניזירט דער מוזיי אַ באַגעגעניש מיטן באַרימטן ישׂראלדיקן שרײַבער אתגר קרת. קרת איז גענוג פּאָפּולער אין רוסלאַנד, און אַנומלט איז אַרויסגעגאַנגען זײַן נײַן בוך „זיבן זאַטע יאָרן‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון לינאָר גאָראַליק. נאָך אַ נײַע ליטעראַרישע איבערזעצונג איז פּרעזענטירט געוואָרן אין מוזיי זונטיק, דעם 6טן נאָוועמבער. די רייד גייט וועגן חנוך דאַשעווסקיס איבערזעצונג פֿון אורי צבֿי גרינבערגס לידער, וואָס ער האָט אַנומלט פֿאַרעפֿנטלעכט צוליב דעם יוביליי פֿונעם דיכטער — 120 יאָר. דאַשעווסקי האָט דערציילט וועגן דעם לעבן און די ווערק פֿון אורי צבֿי גרינבערג און פֿאָרגעלייענט זײַנע איבערזעצונגען.
דעם 10טן נאָוועמבער הייבט זיך אָן אין דעם מוזיי אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דאַדאַיִסטישער קונסט און דיכטונג. אין דער קאָנפֿערענץ נעמען אָנטייל ליטעראַטור־ און קונסט־פֿאָרשער פֿון רוסלאַנד און אייראָפּע. אין דער פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ איז אײַנגעשלאָסן אויך אַ קאָנצערט: אַ דזשעז־מוזיקער און אַ זינגער טרעטן אויף מיט דאַדאַיִסטישע לידער.
און די לעצטע ידיעה קומט פֿון פּעטערבורג. דעם 6טן נאָוועמבער, זונטיק, איז אין דער גרויסער היגער כאָרשיל פֿאָרגעקומען אַן „אָפֿענער טאָג‟. אין איין טאָג האָבן די שיל באַזוכט איבער 6,500 מענטשן. אין דער שיל האָט מען אָרגאַניזירט באַגעגענישן מיט רבנים און קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.