אייערנעכטן, דעם 11טן נאָוועמבער, איז דאָ אין פּאַריז פֿריצײַטיק אַוועק פֿון דער וועלט דער זשורנאַליסט קלאָד האַמפּעל, גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם חודש־זשורנאַל „ייִדישע העפֿטן“.
קלאָד האַמפּעל איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין אָקטאָבער 1943. מע קען זאָגן אַז ער איז געווען דער ייִנגסטער ניצול געוואָרענער פֿון וואַרשעווער געטאָ, כאָטש געבוירן שוין נאָכן אויפֿשטאַנד און נאָך דער לעצטער צעשטערונג: זײַן טראָגעדיקע מאַמע האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרײַנגעטריבן ווערן אין וואַגאָן אין דער ריכטונג פֿון די טויטלאַגערן, ווען קריסטלעכע פֿרײַנד האָבן מיט נסים זי אַוועקגעריסן פֿון דאָרטן און זי אויסבאַהאַלטן אויף דער אַרישער זײַט. דער קליינער קלאָד איז בכן געקומען אויף דער וועלט אין באַהעלטעניש און דאָרטן דורכגעמאַכט די ערשטע חדשים פֿון זײַן לעבן.
ווי אַנדערע ייִדן פֿון דער שארית–הפּליטה אין פּוילן, האָבן זיך קלאָדס עלטערן, נישט אָן שוועריקייטן, דערשלאָגן נאָכן קריג קיין פּאַריז. דאָ איז ער דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים. דער פֿאָטער, יעקבֿ האַמפּעל, איז געווען אַ בונדיסט און אַ דרוק־אַרבעטער. די דאָזיקע פֿריִע יניקה האָט זיך אָנגערופֿן ערשט שפּעטער אין קלאָדס לעבן. אין צווישן זענען אָבער געווען יאָרן פֿון לערנען און יאָרן פֿון זוכעניש מצד אַ יונגן מענטש וואָס איז געווען פֿול מיט גײַסטיקן אומרו און מיט קינסטלערישע נייגונגען. אַזוי, למשל, האָט ער יונגערהייט זיך באַטייליקט בײַ די קלאַפּ־אינסטרומענטן אין עטלעכע דזשעז־אָרקעסטערס. דאָס געפֿיל צו מוזיק און צו פּלאַסטישער קונסט האָט אים תּמיד באַגלייט אויף די ווײַטערדיקע שטאַפּלען פֿון זײַן לעבנסוועג.
אין די אַכציקער יאָרן האָט קלאָד האַמפּעל זיך גענומען ערנסט פֿאַרטיפֿן אינעם ייִדיש־שפּראַכיקן טייל פֿון זײַן קולטור־ירושה. ער האָט נאָכגעפֿאָלגט אויפֿן אוניווערסיטעט די קורסן פֿון דער אָנגעזעענער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטעל און איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדיש־זעצער: צו ערשט פֿאַר דער בונדישער צײַטונג „אונדזער שטימע“; נאָך דעם, פֿאַר דער ציוניסטישער טאָגצײַטונג „אונדזער וואָרט“.
ווען „אונדזער וואָרט“ — דער לעצטער סימן פֿון דער אַ מאָל רײַכער ייִדישער טאָגפּרעסע אין פּאַריז — האָט זיך געשלאָסן אין יוני 1996, האָט קלאָד האַמפּעל שוין געוווּסט, אַז ער וועט אַרײַנלייגן אַלע זײַנע כּוחות אין דער גרינדונג פֿון אַ צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך, וואָס זאָל זײַן אַ המשך פֿון די פֿאַרשוווּנדענע אויסגאַבעס. פֿאַקטיש האָט ער שוין מיט יאָרן פֿריִער, זעענדיק ווי די לעצטע טאָגצײַטונג ראַנגלט זיך פֿאַר איר קיום, געהאַט באַשלאָסן נישט צו דערלאָזן צום פֿולן אונטערגאַנג פֿון ייִדישן געדרוקטן וואָרט אין פֿראַנקרײַך.
עס האָט נישט גענומען לאַנג און דער נײַער זשורנאַל, „ייִדישע העפֿטן“, איז אַרויסגעקומען אין סעפּטעמבער 1996 און האָט, צו אַלעמענס שטוינונג, גענומען דערשײַנען רעגולער. דעמאָלט האָבן נאָך מיטגעווירקט עטלעכע פּען־מענטשן פֿון דער „אַלטער גוואַרדיע“, צווישן אַנדערע: דער זשורנאַליזם–וועטעראַן מרדכי לערמאַן, פֿרוי מילכּה שולשטיין (די אַלמנה פֿונעם פּאָעט משה שולשטיין) און דער שרײַבער אָנרי בולאַווקאָ (אַן אָנגעזעענע פֿיגור פֿון דער שארית־הפּליטה און אַ טוער אין דער לינק־ציוניסטישער מפּ״ם).
טאַקע אונטערן דאַך פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג, אינעם „צענטער בערנאַר־לאַזאַר“, וווּ קלאָד האַמפּעל איז שוין געווען אַן אַקטיווער טוער, האָט דער זשורנאַל געפֿונען אַ פֿיזישע היים און אַ וואַרעמען געזעלשאַפֿטלעכן אָנשפּאַר. קלאָד האָט אומדערמידלעך געזוכט און דערגרייכט ציבורדיקע און פּריוואַטע אונטערשטיצונג פֿאַר זײַן זשורנאַל. פּונקט אַזוי האָט ער געזוכט און געפֿונען מיטאַרבעטער. יאָרן לאַנג האָבן זיך דאָרטן געדרוקט אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, קאָרעספּאָנדענצן און אויך ליטעראַרישע שאַפֿונגען פֿון זשורנאַליסן און שרײַבער פֿון פֿראַנקרײַך, ישׂראל, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, אַמעריקע. מיט יעדן נומער איז געוואַקסן די עסטעטישע קוואַליטעט פֿונעם זשורנאַל, וועלכן עס האָבן רעגולער בײַגעטראָגן אילוסטראַציעס קינסטלער ווי דוד טושינסקי, מאַרעק רודניצקי, משהלע בערנשטיין און אַנדערע.
ווען די אַלטע מיטאַרבעטער זענען ביסלעכווײַז פֿאַרשוווּנדן, האָט קלאָד האַמפּעל נישט אַראָפּגעלאָזט די הענט, און ער האָט צוגעצויגן מיט אַלע כּוחות יענע געציילטע, פֿון צווישן די ייִנגערע ייִדיש־קענערס, וואָס האָבן זיך געפֿילט פֿעיִק זיך אויסצודריקן אין שריפֿט. נאָר די הויפּטלאַסט פֿון דער פּובליקאַציע האָט ער אַליין געטראָגן און אויסגעטראָגן פֿולע צוואַנציק יאָר, ביזן יוביליי־נומער וואָס איז אַרויס צוויי חדשים פֿאַר זײַן טויט.
קלאָד האַמפּעלס אויסדויער און איבערגעגעבנקייט האָבן אַרויסגערופֿן אַ וואַרעמע געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונג צו אים און צו זײַן זשורנאַל. ער האָט אויך אָנגעפֿירט מיט אַ וועכנטלעכער ראַדיאָ־עמיסיע אויף ייִדיש און רעדאַקטירט דעם פֿראַנצייזישן זשורנאַל פֿונעם צענטער „בערנאַר־לאַזאַר“.
אַ טשיקאַווער פּרט: קלאָד האַמפּעל איז געשטאָרבן פּונקט אַכציק יאָר נאָך דעם ווי ס’איז אַוועק פֿון דער וועלט (דעם 23סטן נאָוועמבער 1936), אויך אין פּאַריז, יעקבֿ־שמואל יאַצקאַן, דער לעגענדאַרער גרינדער פֿונעם וואַרשעווער „הײַנט“ און שפּעטער פֿונעם „פּאַריזער הײַנט“. דער קאַלענדאַר־צופֿאַל פֿאַרבינדט איצט סימבאָליש דעם יאָרצײַט פֿונעם פּיאָניר פֿון דער ייִדישער טאָגפּרעסע אין פֿראַנקרײַך מיטן אָנדענק פֿונעם אָנגעזעענסטן פֿון אירע שפּעטע ענטוזיאַסטישע עקשנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.