מער מאָנטרעאָלער חסידים לערנען זיך אין דער היים

More Montreal Families Take Up Home-Schooling


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 15, 2016, issue of November 23, 2016.

לויט אַ באַריכט אין דער צײַטונג „מאָנטרעאָל־געזעט‟ זענען די צאָל חסידישע משפּחות וואָס דערציִען זייערע קינדער, צום טייל, אין דער היים שטאַרק געשטיגן נאָך דעם וואָס די פּאָליציי און סאָציאַלע אַרבעטער האָבן געמאַכט אַן אָבלאַווע אויף אַ חסידישער שול.

לויטן באַריכט האָבן מער ווי 400 חסידישע משפּחות זיך פֿאַרשריבן מיט דער רעגירונג, כּדי די לערער זאָלן האַלטן אַן אויג אויפֿן פּראָגרעס פֿון זייערע קינדער — אַ טראָט וואָס מע דאַרף מאַכן, כּדי צו קענען לערנען די אייגענע קינדער אין דער היים אין קוועבעק.

די רעגירונג האַלט איצט אַן אויג אויף 654 חסידישע תּלמידים וואָס לערנען זיך בײַ די עלטערן אין דער היים. פֿאַראַיאָרן איז די צאָל געווען בלויז 236. בלויז די וועלטלעכע לימודים לערנען זיי זיך אין שטוב. אַלע לימודי־קודש לערנען זיי ווײַטער אין די חסידישע שולן.

נאָך דער אָבלאַווע אויף אַ וויזשניצער שול אין יוני האָט די קוועבעקער רעגירונג באַשלאָסן צו געבן מער פֿאָנדן דער מלוכישער אַגענטור וואָס קאָנטראָלירט דעם פּראָגרעס פֿון די ענגליש־שטודיעס בײַ היים־געשולטע קינדער. הגם אין די חסידישע שולן ווערן ס׳רובֿ לימודים דורכגעפֿירט אויף ייִדיש, זענען די מוסדות־התּורה אין מאָנטרעאָל אַ טייל פֿון דער ענגליש־רעדנדיקער שול־סיסטעם, ווײַל אַזעלכע לימודים ווי וויסנשאַפֿט און געשיכטע ווערן געלערנט אויף ענגליש אַנשטאָט פֿראַנצויזיש.

דרײַ מאָל אַ יאָר וועט די רעגירונג שיקן אַ לערער זיך צו טרעפֿן מיט די משפּחות. די קינדער וועלן דערווײַל ניט דאַרפֿן אויסהאַלטן קיין עקזאַמענס ביז אין צוויי יאָר אַרום.

כאָטש די אויספֿאָרשונגען איבער דער וויזשניצער שול זענען בײַם סוף געקומען צום אויספֿיר, אַז די קינדער באַקומען יאָ אַ פּאַסיקע דערציִונג, האָט די רעגירונג געמאַכט אַ פּשרה מיט דער שול, אַז מע זאָל צושטעלן הילף פֿאַר די עלטערן וואָס ווילן דערציִען די קינדער אין דער היים. געוויסע עלטערן האָבן, אַ פּנים, געהאַט ספֿקות וועגן דער קוואַליטעט פֿון די לימודי־חול אין די מאָנטרעאָלער חסידישע שולן.

אין אַן אינטערוויו מיט דער „מאָנטרעאָל־גאַזעט‟ האָט אַסונטאַ גאַלאָ, די דירעקטאָרשע פֿון דער מלוכישער אַגענטור וואָס האָט אויסגעפֿאָרשט די וויזשניצער שול, דערקלערט, אַז ס׳איז ניט זייער פֿליכט צו באַשטעטיקן, צי די קינדער באַקומען אַ גוטע וועלטלעכע דערציִונג; בלויז אַז די דערציִונג זאָל זײַן גענוג גוט, „אַז די קינדער זאָלן קענען געהעריק פֿונקציאָנירן אין דער געזעלשאַפֿט‟.