כּדי אַריבערצושווימען דעם ים־המלח מוז מען זײַן שטאַרק ווי אײַזן. דאָס געזאַלצענע וואַסער ברענט די אויגן, און אויב מע שלינגט אַראָפּ צו פֿיל וואַסער, קאָן מען אַפֿילו שטאַרבן.
פֿון דעסטוועגן האָט עודד רהבֿ דינסטיק אין דער פֿרי דווקא יאָ געשוווּמען 17.6 קילאָמעטער איבערן ים־המלח, פֿון יאָרדאַניע ביז ישׂראל — ווי טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע צו ראַטעווען די געזאַלצענע אָזערע. ער איז געווען דער פֿירער פֿון אַ גרופּע פֿון 30 אַטלעטן, וואָס זענען געווען די ערשטע אין דער געשיכטע צו שווימען פֿון יאָרדאַניע ביז ישׂראל.
דערבײַ ווילן די שווימערס לאָזן דער וועלט וויסן אויף ווי ווײַט די רעגירונגען פֿון ישׂראל און יאָרדאַניע האָבן ביידע יאָרן לאַנג פֿאַרנאַכלעסיקט דעם ים.
אַ צאָל פּאַרטייען האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאַמפּאַניע, ווי אויך דער רעגיאָנעלער ראָט פֿון תּמר, די סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג־אָרגאַניזאַציע EcoPeace Middle East און דער ישׂראלדיקער מיניסטעריום פֿון רעגיאָנאַלער צוזאַמענאַרבעט. הגם דער ים־המלח איז צום גרעסטן טייל אויסגעטריקנט געוואָרן צוליב נאַטירלעכע סיבות, איז די טריקעניש אויך אַ רעזולטאַט פֿון דער כּסדרדיקער אַנטזאַלצונג פֿון אירע וואַסערן, און צוליבן אײַנשרומפּן פֿון די אָרטיקע וואַסער־טראָגעדיקע שיכטן (aquifers).
מע זאָרגט זיך אויך וועגן דער גיך־וואַקסנדיקער צאָל לעכער אינעם גרונט פֿונעם ים, וואָס קאָנען שטעלן אין אַ סכּנה די מענטשן, וואָס באָדן זיך דאָרט.
„אין דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגישער תּקופֿה, ווען ישׂראל האָט שוין געמאַכט אַזוינע גרויסע דערגרייכונגען אין אירע אַנטזאַלצונג־פֿעיִקייטן, וואָלט מען זיכער געקאָנט סטאַביליזירן דעם ניוואָ פֿונעם ים־המלח דורך איבערפֿליסן וואַסער פֿונעם כּנרת אויף דרום צום ירדן און צום ים,‟ האָט דערקלערט גדעון בראָמבערג, דער ישׂראלדיקער דירעקטאָר פֿון EcoPeace.
„מיר זענען דער לעצטער דור וואָס קען דעם ים־המלח ראַטעווען,‟ האָט רהבֿ באַטאָנט.
אַחוץ רהבֿ און די אַנדערע ישׂראלים האָבן זיך אויך באַטייליקט שווימערס פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אויסטראַליע, דענמאַרק, ענגלאַנד, ניו־זילאַנד, דרום־אַפֿריקע און עטלעכע אַנדערע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.