ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

קאָנפֿערענץ װעגן ייִידישע מוזײען אין פּעטערבורג
קאָנפֿערענץ װעגן ייִידישע מוזײען אין פּעטערבורג

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published November 16, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מאָסקװער ייִדן באַטייליקן זיך אין „שבת־פּראָיעקט״

די מאָסקווער ייִדישע קהילה האָט זיך באַטייליקט אין אַ גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן אויפֿטו — דעם „שבת־פּראָיעקט‟, וואָס אין זײַנע ראַמען האָבן פֿרויען אויף דער גאַנצער וועלט געבאַקט חלות און מקיים געווען די מיצווה פֿון הפרשת־חלה. דאָס חלות באַקן איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 10טן נאָוועמבער. אין מאָסקווע איז די אַקציע אָרגאַניזירט געוואָרן אין אַ גרויסן באַנקעט־זאַל „פּאַראַדײַז‟, וואָס איז דערפֿאַר געכּשרט געוואָרן. פֿאַר די געסט זענען אויפֿגעטראָטן קינדער־קאָלעקטיוון וואָס האָבן געטאַנצט און פֿאָרגעשטעלט קליינע ספּעקטאַקלען.


יידישער כּלל־טוער לאָדט זשורנאַליסט

דער פּרעזידענט פֿונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס יורי קאַנער האָט זיך געוואָנדן צום געריכט כּדי צו באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר עגמת־נפֿש וואָס ס׳האָט אים פֿאַרשאַפֿן אַ זשורנאַליסט. קאַנער האָט אָנגעקלאָגט מאַקסים שעווטשענקאָ, דער זשורנאַליסט פֿון ראַדיאָ־סטאַנציע „עכאָ פֿון מאָסקווע‟. אויף דער וועבזײַט פֿון „עכאָ‟ איז פֿאָרגעקומען אַ דיסקוסיע צווישן זיי, און שעווטשענקאָ האָט געטענהט, אַז קאַנער שטיצט די אידעע פֿון סעגרעגאַציע און אַפּאַרטײַד, אַז ער פֿרייט זיך ווען די ישׂראלדיקע אַרמיי פֿאַרכאַפּט טעריטאָריעס און יאָגט פֿון זיי אַרויס די אָרטיקע באַפֿעלקערונג. קאַנער זאָגט, אַז זײַן ווענדונג אין געריכט האָט „אַ דערציִערישן באַטײַט‟ — קיינער זאָל ניט מיינען אַז אין רוסלאַנד איז דערלויבט צו זאָגן אַזעלכע זאַכן וועגן ישׂראל און ציוניזם.


פּראַװאָסלאַװנע װאַנדאַלן װערן נישט באַשטראָפֿט

און נאָך אַ פּאָליטישע ידיעה: פֿאַראַיאָרן, אין אויגוסט 2015, האָבן פּראַוואָסלאַוונע וואַנדאַלן אַטאַקירט די אוסשטעלונג פֿונעם סקולפּטאָר וואַדים סידור און געשעדיקט 4 אויסגעשטעלטע אַרבעטן, זאָגנדיק אַז זיי באַליידיקן, כּלומרשט, די געפֿילן פֿון די גלייביקע. אין געריכט האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָצעס קעגן זיי, און מע האָט געצוווּנגען עלטעכע באַטייליקטע צו באַצאָלן אַ שטראָף — און די וואָך האָט דער קהל זיך דערוווּסט אַז דער פּראָצעס איז געשלאָסן געוואָרן, און די איינציקע באַטייליקטע, וואָס האָט באַקומען אַ הויז־אַרעסט, איז פֿרײַ. די באַטייליקטע אַליין פֿרייט זיך און זאָגט, אַז ס’וועט ניט זײַן קיין פּרעצעדענט, אַ פּראַוואָסלאַווער קריסט זאָל באַשולדיקט ווערן. די פּראַוואָסלאַווער קרײַזן זענען גאָר סקעפּטיש אין שעצן דעם רעזולטאַט, און די ייִדישע געזעלשאַפֿט ווערט צערודערט: דער אורטייל מיינט, אַז דער אַטאַק אויף דער אויסשטעלונג איז דערקלערט געוואָרן לעגאַל. 


לעקציע װעגן װיסנשאַפֿטלעכע רעפֿעראַטן אין באַרן

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל פֿון דער פּרעמיע „אַן אויפֿקלערער”. אויפֿגעטראָטן איז יבשם עזגד — דער קונסט־דירעקטאָר פֿון ווייצמאַן־אינסטיטוט, אַ זשורנאַליסט און קוראַטאָר. זײַן טעמע איז געווען „וויסנשאַפֿט אין אַ באַר: וויאַזוי האָבן די אינטעלעקטועלן פֿאַרכאַפּט תּל־אָבֿיבֿ‟. ער האָט דערציילט וועגן אַן אינטערעסאַנטער מאָדערנער טענדענץ — צוזאַמענגוס פֿון וויסנשאַפֿט און פֿרײַער צײַט. פֿון איין זײַט, זענען מערערע געלערנטע אַנומלט אַרײַן אין דער מאָדע און טרעטן מיט הצלחה אין באַרן פֿון תּל־אָבֿיבֿ, לאָנדאָן, באָסטאָן און אַנדערע שטעט. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען וויסנשאַפֿטלעכע לאַבאָראַטאָריעס געוואָרן ערטער פֿאַר אויסשטעלונגען פֿון מאָדערנער קונסט.


קאָנפֿערענץ װעגן ייִידישע מוזײען אין פּעטערבורג

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט קומט פֿון סאַנקט־פּעטערבורג: זונטיק דעם 12טן נאָוועמבער איז אין פּעטערבורגער אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ, און אין אירע ראַמען איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פּאַנעל פֿונעם צענטער „פּעטערבורגער ייִדישע לימודים‟ מיטן טיטל, „ייִדישע מוזייען און מוזיי־זאַמלונגען: פּאָליטיק פֿון זכּרון און פֿאָרשטעלן דאָס פֿאַרגאַנגענע‟. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן דערקלערט, אַז איצט לעבן איבער די ייִדישע מוזייען דעם צווייטן אויפֿבלי, און זיי פּאָזיציאָנירן זיך ווי צענטערס פֿון אויספֿורעמען דאָס זהות־יהודית און ווי אָנדענק־ערטער. דער ציל פֿונעם פּאַנעל איז געווען צו באַזיניקן די דאָזיקע דערשײַנונג. עס זענען געהאַלטן געוואָרן 4 רעפֿעראַטן. באָריס חיימאָוויטש, קונסטפֿאָרשער פֿון ישׂראל און איינער פֿון די שאַפֿער פֿון דעם ערשטן מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט דערציילט וועגן זײַן מוזיי אין היסטאָרישן קאָנטעקסט. אַלעסיאַ נעקראַסאָוואַ פֿון סאַנקט־פּעטערבורג האָט אַנאַליזירט די צילן, וואָס האָבן געהאַט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג „די משפּחה פֿון דעם רבֿ מעדאַליע אין די יאָרן פֿונעם גרויסן טעראָר‟ אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. אַלאַ סאָקאָלאָוואַ פֿון דעם רעליגיעס־מוזיי (פּעטערבורג) האָט דערציילט וועגן דער ראָלע פֿון ספֿר־תּורה אין פֿאַרשיידענע עקספּאָזיציעס אין איר מוזיי — פֿון די 1930ער יאָרן אָן. און וואַלערי דימשיץ פֿון „פּעטערבורגער ייִדישע לימודים‟ האָט אין זײַן רעפֿעראַט פֿאַרגליכן דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי צו דעם מוזיי „פּולין‟ אין וואַרשע.