ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published November 16, 2016, issue of November 23, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

קולטור־מיניסטער פּאַבלאָ אַװעליוטאָ אַנטפּלעקט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם

מיטװאָך, דעם 16טן נאָוועבמער האָט פּאַבלאָ אַװעליוטאָ, דער נײַער אַרגענטינער קולטור־מיניסטער, געהאַלטן אַ לעקציע אין דעם ספֿרדישן צענטער, װאָס האָט דערשטוינט ייִדן און נישט־ייִדן.

ער האָט גערעדט וועגן זײַן ספֿרדישער משפּחה און דערציילט װוּנדערלעכע עפּיזאָדן פֿון זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, פֿון װעלכן ער איז שטאָלץ. צום ערשטן מאָל דער עולם זיך דערװוּסט אַז דער מיניסטער איז גראָד אַ ייִד. ער האָט דערציילט די איבער 300 ייִדן וועגן זײַן פֿאַרבאָרגן לעבן אין אַרגענטינע. אַוועליוטאָ, אַ לאַנג־יאָריקער זשורנאַליסט און פֿאַרװאַלטער פֿון צװיי װיכטיקע פֿאַרלאַגן אין אַרגענטינע און שפּאַניע, איז באַשטימט געװאָרן וו דער קולטור־מיניסטער מיט 11 חדשים צוריק.


7,000### פֿרויען באַקן חלות צוזאַמען פֿאַר אָרעמע ייִדישע משפּחות

דער „שבת־פּראָיעקט‟ איז אַן איניציאַטיװ װאָס מיט דרײַ יאָר צוריק איז אָנגעקומען קיין אַרגענטינע. אָנגעהויבן אין דרום־אַפֿריקע מיט דעם ציל אַז אין אַלע ייִדישע היימען זאָל זײַן חלה אויף שבת, האָט זיך די דערשײַנונג פֿאַרשפּרייט איבער דער ייִדישער װעלט.

פֿרײַטיק, דעם 4טן נאָװעמבער האָבן 7,000 באָבעס, מאַמעס, טעכטער און אייניקלעך זיך פֿאַרזאַמלט אין אַ צענטראַלן בוענאָס־אײַרעסער פּאַרק צוצוגרייטן די חלות. דאָס איז די גרעסטע צאָל פֿרויען װאָס זײַנען געקומען מקיים זײַן די מצװה. אויף די ספּעציעל צוגעגרייטע טישן איז געװען אַלץ װאָס מען דאַרף האָבן. מיט פֿרייד, באַגלייט מיט קלעזמער־מוזיק און געזאַנג, האָט מען געאַרבעט. זשאַקעלין זײַטונע האָט באַדאַנקט אַלע װאָס האָבן בײַגעטראָגן פֿאַר אָט־דער איניציאַטיװ, און די סעקרעטאַרן פֿאַר מענטשנרעכט פֿון דער שטאָט, פּאַמעלאַ מאַלעװיטש, עמאָציאָנעל גערירט פֿון דער געשעעניש, האָט אונטערגעשטראָכן װי װיכטיק אַזאַ אונטערנעמונג איז פֿאַר דער ייִדישער אידענטיטעט. מען האָט די חלות אַהיימגענומען, אָפּגעבאַקן און פֿאַרטיילט אין איבער 2,000 היימען.


מאַוריציאָ האָשילד, אַ מינעס־אייגנטימער אין באָליװיע, ווערט באַערט פֿאַר זײַן ראַטיר־אַרבעט בעתן חורבן

די ערשטע װאָך נאָװעמבער, בעת אַ פֿאַרזאַמלונג אָרגאַניזירט פֿון „אונעסקאָ‟ אין מאַר דעל פּלאַטאַ, 400 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס, האָט מען באַערט מאַוריציאָ האָשילד, איינער פֿון די גרעסטע מינעס־אייגנטימער אין באָליװיע, פֿאַר זײַן ראַטיר־אַרבעט בעת דעם חורבן.

האָשילד איז אָנערקענט געװאָרן דורך דער פּראָגראַם „דער זכּרון פֿון דער װעלט‟ װי דער מענטש װאָס האָט דערמעגלעכט אַז 10,000 ייִדן זאָלן זיך ראַטעװען פֿונעם חורבן. ער האָט אויך אָרגאַניזירט זייער עמיגראַציע קיין באָליװיע.

19 אַרכיװן באַשטעטיקן אַז אויך 1,000 יתומים װאָס האָבן זיך געפֿונען אין פּאַריז זײַנען געקומען סײַ פֿאַר סײַ בעת דעם קריג. האָשילד האָט באַניצט דעם זעלביקן מעטאָט װאָס אָסקאַר שינדלער האָט באַניצט און זיי פֿאַררעגיסטרירט װי זײַנע אָנגעשטעלטע.