מישפּט אין פּוילן איבערן פֿאַרברענען אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד

Trial Over Burning of Hasidic Effigy in Poland

מע פֿאַרברענט אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין ברעסלע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין פּוילן
Reuters
מע פֿאַרברענט אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין ברעסלע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין פּוילן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 18, 2016, issue of November 23, 2016.

דער פּאָלאַק וואָס ווערט געמישפּט פֿאַרן פֿאַרברענען אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון אַ חסיד האָט געזאָגט דעם געריכט אין דער שטאָט ברעסלע, אַז די פֿיגור האָט געדאַרפֿט רעפּרעזענטירן דעם ישׂראל־אַמעריקאַנער ביליאָנער דזשאָרדזש סאָראָס און ניט אַלע ייִדן בכלל. סאָראָס איז אָבער ניט קיין פֿרומער ייִד.

ריבאַ האָט פֿאַרברענט די שמאַטע־פֿיגור אין נאָוועמבער 2015 בײַם סוף פֿון אַ דעמאָנסטראַציע אין ברעסלע קעגן דעם אַרײַנלאָזן מוסולמענישע פּליטים אין לאַנד.

„די שמאַטע־פֿיגור האָט געשאַפֿן דער נאַציאָנאַלער ראַדיקאַלער לאַגער,‟ האָט ריבאַ דערציילט דאָס געריכט. „ס׳האָט געדאַרפֿט זײַן אַ שמאַטע־פֿיגור פֿון דזשאָרדזש סאָראָס. איך האָב אים קיינמאָל ניט געזען און ווייס ניט, ווי אַזוי ער זעט אויס. איך פֿיל זיך מאַניפּולירט צוליב דער גאַנצער סיטואַציע. איך בין געווען, און איך בלײַב נאָך, אַ פּאַטריאָט.‟

דער פּראָצעס דויערט שוין עטלעכע וואָכן. ריבאַ ווערט באַשולדיקט אין דער „עפֿנטלעכער העצע אויפֿן סמך פֿון רעליגיע און נאַציאָנעליטעט קעגן אַן אומבאַשטימטער גרופּע ייִדן דורכן פֿאַרברענען אַ שמאַטע־פֿיגור.‟

אַלכּסנדר גלײַכגעוויכט, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ברעסלער ייִדישער קהילה, איז געווען אַן עדות פֿונעם אינצידענט. ער האָט געזאָגט דעם געריכט, אַז ער האָט געזען ווי מע פֿאַרברענט די שמאַטע־פֿיגור בעת ער האָט אָנטייל גענומען אין אַ קאָנטער־דעמאָנסטראַציע. ער האָט דערקלערט, אַז ער איז געווען שאָקירט צו זען אַז די פֿיגור איז געווען פֿון אַ סטערעאָטיפּישן חסיד מיט אַ שוואַרצער קאַפּאָטע, באָרד און פּאות און שוואַרצע בגדים, פּונקט ווי די ייִדן אין דער נאַצישער פּראָפּאָגאַנדע פֿון די 1930ער יאָרן.