הײַנטיקע סטודענטן האָבן ניט קײן סך אינטערעס אין די קלײנע אותיות פֿון אַלטע טעאָלאָגישע סיכסוכים. זײ האָבן װיכטיקערע דאגות אײדער די חילוקי־דעות אַרום דעם ענין פֿון משיח, װאָס האָט שטאַרק פֿאַרנומען סײַ קריסטלעכע סײַ ייִדישע חכמים מיט אַכט הונדערט יאָר צוריק.
די הײַנטיקע יוגנט האָט יאָ ליב בילדערשטרײַפֿן (קאָמיקס) און גראַפֿישע מעשׂיות. איז פֿאַרװאָס ניט אױסנוצן די נײַע ליטעראַרישע פֿאָרם פֿאַר פּעדאַגאָגישע צילן אין ייִדישע לימודים? הײַנט באַנוצט מען בילדערשטרײַפֿן צו דערקלערן גאַנץ קאָמפּליצירטע טעאָרעטישע באַגריפֿן, אַזעלכע װי פּסיכאָ־אַנאַליז, פּאָסט־מאָדערניזם אָדער פּאָליטישע טעאָריע. אין ייִדישע לימודים זײַנען זײ נאָך ניט פֿאַרשפּרײט. אַ גוטער מוסטער איז „ייִדישקײט‟ פֿון האַרװי פּעקאַר און פּאָל ביול, װאָס קאָן דינען װי אַ ניצלעכער אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע.
נינאַ קאַפּוטאָ און ליז קלאַרק, די מחברינס פֿונעם גראַפֿישן בוך „דעבאַטירן דעם אמת‟ װעגן דעם באַרימטן וויכּוח אין באַרסעלאָנע אין 1263 צװישן ר׳ נחמן בן משה (רמב״ן) און דעם קריסטלעכן מאָנאַך, דעם געשמדטן ייִד ברודער פּעדראָ, האָבן געשטעלט פֿאַר זיך אַ שװערע אױפֿגאַבע. װי אַזױ קאָן מען בילדעריש פֿאָרשטעלן אַ טעאָלאָגישן סיכסוך? עס זײַנען ניטאָ קײן פּאָרטרעטן פֿונעם רמב״ן און זײַן קעגנער. די קינסטלערין האָט געדאַרפֿט אױסטראַכטן בגדים, מעבל, װי אױך די געשטאַלטן און פּנימער פֿון די הױפּט־העלדן. װי אַ יסוד האָבן די מחברינס גענומען מיטלאַלטערלעכע מיניאַטורן, אָבער דער גראַפֿישער סטיל פֿונעם בוך איז גאַנץ מאָדערן, װי עס פּאַסט פֿאַר קאָמיקס.
פֿאַר דער קינסטלערין איז געװען װיכטיק באַשײַמפּערלעך פֿאָרצושטעלן די דראַמאַטישע שפּאַנונג פֿונעם וויכּוח. די בילדערישע דערצײלונג פֿאָלגט דעם נוסח פֿון רמב״נס באַריכט „ויכוח הרמב״ן‟, דערפֿאַר װערט ער פֿאָרגעשטעלט װי דער הױפּט־העלד פֿונעם בוך. זײַן קעגנער, ברודער פּעדראָ, װערט אױסגעמאָלט װי אַ נעגאַטיװער פּערסאָנאַזש. דאָס שװערסטע איז געװען צו פֿאָרמולירן די קאָמפּליצירטע טעאָלאָגישע אַרגומענטן פֿון בײדע צדדים אין קורצע און שאַרפֿע אַרױסזאָגונגען אַרײַנגענומען אין באַלאָנען װאָס קומען אַרױס פֿון זײערע מײַלער. אָבער בעת דער עמאָציאָנעלער אַספּעקט קומט אַרױס קלאָר דורך זייערע זשעסטן און הװיות, בלײַבט דער טעאָלאָגישער תּוך אַ ביסל שװער צו באַגרײַפֿן.
די גראַפֿישע מעשׂה גופֿא פֿאַרנעמט װײניקער װי אַ העלפֿט פֿונעם בוך. דאָס רעשט איז אָפּגעגעבן די טראַדיציאָנעלע טעקסטועלע מאַטעריאַלן. מען קאָן איבערלײענען צװײ פֿאַרשידענע היסטאָרישע מקורים װעגן דעם וויכּוח. אײנער געהערט דעם רמב״ן אַלײן און איז איבערגעזעצט אױף לשון־קודש, און דער אַנדערער איז אַ קירצערער לאַטײַנישער סך־הכּל. דער באַרצעלאָנער וויכּוח איז פֿאָרגעקומען אין אַ װיכטיקן היסטאָרישן מאָמענט װען די קריסטלעכע קירך האָט באַשלאָסן צו פֿאַרשטאַרקן איר שליטה איבער דער מלוכישער מאַכט. די קירך האָט אױסגענוצט די געלעגנהײט כּדי אַרױסצוטרײַבן דעם רמב״ן פֿון באַרסעלאָנע און פֿאַרשטאַרקן זײערע דריקונג אױף די ייִדן. אינעם לעצטן קאַפּיטל פֿונעם גראַפֿישן בוך באַזעצט זיך רמב״ן אין ארץ ישׂראל.
דער באַרסעלאָנער וויכּוח איז געװען װיכטיק אױך צוליב דעם, װאָס דער קריסטלעכער צד־שכּנגד האָט זיך צום ערשטן מאָל באַנוצט מיט ייִדישע מקורים, בפֿרט מיט מדרש און אגדה, כּדי צו דערװײַזן אַז ישו הנוצרי איז געװען דער אמתער משיח. דער מאָנאַך פּעדראָ איז געװען אױפֿגעהאָדעװעט װי אַ ייִד און גוט באַהאַװנט אין ייִדישקײט. דער עיקר פֿונעם וויכּוח איז געגאַנגען װעגן דעם, װי אַזױ אױסצוטײַטשן געװיסע לשון־קודשדיקע װערטער און אױסדרוקן, און לכאורה איז דער גאַנצער שפּיל געװען באַצװעקט פֿאַרן ייִדישן עולם. מען איז געװען אױסן זײ איבערצײַגן, אַז אַפֿילו די חז״ל האָבן בסוד אָנערקענט ישו פֿאַרן עכטן משיח, אָבער די שפּעטערע רבנים האָבן זײער תּורה פֿאַרקריפּלט. אױף אַזאַ אופֿן האָט די קירך געװאָלט אונטעררײַסן די אױטאָריטעט פֿונעם רמב”ן װי דער ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה.
די היסטאָריקער האָבן פֿאַרשידן אױסגעטײַטשט דעם באַרסעלאָנער וויכּוח. אײניקע נעמען אָן דעם רמב״נס װערסיע פֿאַרן רײנעם אמת, בעת אַנדערע האָבן ספֿקות אַפֿילו צי ער אַלײן איז געװען דער מחבר פֿונעם דאָזיקן באַריכט. דערצו נאָך איז ניט קלאָר, צוליב װאָס האָט דער רמב״ן דאָס בכּלל אָנגעשריבן, װײַל די אַרגומענטן פֿון פּעדראָ װאָלטן געקאָנט זײַן ניצלעך פֿאַר אַנדערע שׂונאי־ישׂראל. אין זײַן דערװידערונג קעגן פּעדראָס אַרגומענטן איז רמב״ן סופֿק אין אײניקע אַגדות, װאָס יענער ברענגט װי אַ פּרוּװ פֿאַר קריסטנטום. אָבער אינעם רמב״נס קבלה־כּתבֿים איז די אַגדה טאַקע יאָ אַ חשובֿער מקור. אַװדאי לאָזן זיך אָט די אַלע קריטישע חקירות ניט איבערזעצן אין דער בילדערישער שפּראַך פֿון אַ גראַפֿישן בוך. מיטן װענדן זיך צום זשאַנער פֿון „קאָמיקס‟ קערן מיר זיך צוריק צו דעם אַלטן נוסח פֿון שרײַבן ייִדישע געשיכטע, װאָס מען האָט גענוצט אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. אַזױ װי די אַמאָליקע ייִדישע היסטאָריקער צבֿי־הירש גרעץ און שמעון דובנאָװ, איז מען אױסן צו באַלעבן און באַפֿאַרבן די טרוקענע אַלטע מקורים, כּדי צו דערגרײכן דעם האַרצן פֿונעם הײַנטיקן דור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.