אַ גרופּע ישׂראלים וואָס האָבן געמאַכט זייער דאָקטאָראַט אין אַמעריקע אַ דאַנק דער סובסידיע פֿון אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן די וואָך זיך פֿאַרזאַמלט אין ירושלים אין אָנדענק פֿון זייער בעל־טובֿה.
דער מנדבֿ, עדוואַרד דוד פֿישמאַן, איז ניפֿטר געוואָרן אין 1995. דערפֿאַר וואָס זײַן ווײַב און בת־יחידה זענען ביידע אומגעקומען אינעם חורבן, האָט ער נישט געהאַט קיין יורשים. ער איז אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1949 און אויפֿגעבויט אַ הצלחהדיקע אינוועסטיר־פֿירמע פֿון גרונטאייגנס אינעם ראַיאָן פֿון סיינט־פּאָל, מינעסאָטע.
פֿאַר זײַן פּטירה האָט פֿישמאַן געניצט זײַן פֿאַרמעגן כּדי אויפֿצושטעלן אַ סטיפּענדיע־פֿאָנד וואָס זאָל העלפֿן גאָר פֿעיִקע ישׂראלישע וויסנשאַפֿטלערס זיך צו לערנען אויף אַ דאָקטאָראַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
זינט איר אָנהייב האָט די פּראָגראַם פֿאַרטיילט 17 גראַדואַנטן העכער דרײַ מיליאָן דאָלאַר. די סטיפּענדיע איז בפֿירוש באַשטימט פֿאַר סטודענטן וואָס לערנען זיך אויפֿן פֿעלד פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט, יוריספּרודענץ און עקאָנאָמיק.
צווישן די סטיפּענדיע־אָפּנעמערס געפֿינען זיך אַ צאָל ישׂראלישע ריכטערס, הויך־ראַנגיקע לעגאַלע בעלי־יועצים בײַ רעגירונג־מיניסטעריומס און בײַם ישׂראלישן מיליטער, און פּראָפֿעסאָרן אין ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן.
דעם ווידערטרעף האָט מען אָפּגעהאַלטן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אינעם האָטעל וואַלדאָרף־אַסטאָריע.
„מ״ר פֿישמאַן האָט איבערגעלעבט דאָס סאַמע ערגסטע און האָט מיט די אייגענע אויגן געזען דעם חורבן פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן“, האָט דערקלערט דן מאָגעלסאָן, דער דירעקטאָר פֿון דער „סטיפּענדיע א״נ ע. דוד פֿישמאַן‟, אין נאָמען פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון גרויס־סיינט־פּאָל, וואָס פֿירט דורך דאָס אויסטיילן די סטיפּענדיעס.
„נאָכן קענען אויף ס׳נײַ אויפֿבויען אַ נײַ לעבן האָט ער אָפּגעמאַכט בײַ זיך אַז זײַן ירושה זאָל דערפֿירן צון אַ בעסערער צוקונפֿט פֿאַר מדינת־ישׂראל, און טאַקע דאָס האָט די פּראָגראַם דערגרייכט“.
כּדי צו באַקעמפֿן דעם אָפּפֿליס פֿון מוחות אין ישׂראל האָט די פֿישמאַן־סטיפּענדיע בפֿירוש אַרויסגעהויבן דעם מוז, אַז באַקומערס מוזן זיך אומקערן קיין ישׂראל נאָכן פֿאַרענדיקן די שטודיעס אין אַמעריקע, און בלײַבן אין לאַנד אויף כאָטש פֿינעף יאָר.
די סטיפּענדיעס, וואָס מע פֿאַרטיילט אויפֿן סמך פֿון באַשטימטע באַדערפֿענישן פֿונעם אַפּליקאַנט, קען גרייכן אין געוויסע פֿאַלן פֿון צענדליקער טויזנטער ביז הונדערטער טויזנטער דאָלאַר, און זענען שוין אויסגעניצט געוואָרן אין פֿאַרשידענע אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט האַרוואַרד, יעיל, קאָלומביע, דעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, און דעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.