געבוירן געװאָרן אַ שטערן?

A Star is Born?


פֿון הערשל גלעזער

Published November 23, 2016, issue of November 23, 2016.

מיט אַ יאָר זעכציק קאַריק איז אַ יונגער מאַטעמאַטיקער, טאָם לערער, אַרויס מיט עטלעכע סאַטירישע לידער. מיט דער צײַט האָט ער געמאַכט דערפֿון אַ גאַנץ באַלעבאַטישע קאַריערע. אין איינעם פֿון זיי רעדט זיך וועגן אַ מאַטעמאַטיקער וואָס זײַנע אַרבעטן וועגן געאָמעטריע האָבן אַזוי אויסגענומען, אַז מע האָט באַשלאָסן צו מאַכן דערפֿון אַ פֿילם, וואָס האָט געזאָלט הייסן „דער אייביקער דרײַעק“, און פֿאַר דער הויפּטראָלע, דעם היפּאָטענוז, האָט מען אויסגעקליבן אינגריד בערגמאַן (אויב איר ווייסט נישט וואָס דאָס איז אַזוינס אַ היפּאָטענוז, קוקט אַרײַן, זײַט מוחל, אין אַ ווערטערבוך!).

האָב איך זיך געטראַכט: אויב פֿון אַ מאַטעמאַטיש ווערק קען מען דרייען אַ פֿילם, און נאָך מיט אינגריד בערגמאַן דערצו, פֿאַר וואָס זשע זאָל מען אַזוינס נישט טאָן מיט אַ ווערטערבוך? און פֿאַר וואָס זאָלן נישט די שעף־רעדאַקטאָרן שפּילן די הויפּטראָלעס? אמת, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט איז נישט אינגריד בערגמאַן און אַני־הקטן בין נישט, לאָמיר זאָגן, האָמפֿרי באָגאַרט. לאָזט זיך פֿונדעסטוועגן מיט מיר אַרײַן אין אַ פֿאַנטאַזיע ווי אַזוי מאַמע־לשון האָט אײַנגענומען האָליוווּד…

אַ מאָל אַיז געװען אַ ייִד מרדכי שעכטער ע״ה, װאָס במשך פֿון אַ פֿופֿציק־יאָריקער קאַריערע האָט ער געקליבן װערטער, אַלטע און נײַע; אָן פֿריש בלוט, האָט ער געהאַלטן, קען אַ שפּראַך נישט לעבן. פֿון די אַלע זאַמלונגען זײַנע האָט ער געװאָלט אַרויסגעבן אַ װערטערבוך, נאָר ער האָט עס נישט דערלעבט. איז געפֿאַלן אויף זײַן טאָכטער צו רעאַליזירן דעם חלום, און אויף מיר מיט איר צוזאַמענאַרבעטן.

אַז ס׳איז שוין אַרויס ס׳װערטערבוך זענען אונדז פֿון אַלע זײַטן באַפֿאַלן זשורנאַליסטן. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער „ניו יאָרק טײַמס‟. אַ דאַנק דעם איז מען געקומען צו לויפֿן פֿון אַמעריקע, אייראָפּע, ישׂראל, אַזש פֿון אויסטראַליע, און פֿון… בעװערלי הילס, קאַליפֿאָרניע.

פֿון בעווערלי הילס זענען שוין דערגאַנגען צו דער פֿילם־אינדוסטריע די ידיעות וועגן דעם ווערטערבוך, האָט מען זיך אַרומגעזען, אַז אַזאַ מעשׂה װי אונדזערע װעט זיך לאָזן פֿאַרקויפֿן. האָט מען אונדז אויסגעפּרוּװט און געזען, אַז מיר קענען סײַ שפּילן, סײַ זינגען, און קיין מיאוסע זענען מיר אויך נישט… איז געבליבן, אַז דער פֿילם וועט זײַן אַ מוזיקאַלישער. אויף אונדז האָט מען שוין געזאָגט, אַז „דאָ ווערן געבוירן צוויי שטערן“!

הײַנט װער װעט זײַן דער רעזשיסאָר? ס׳מוז זײַן איינער װאָס אי ער האָט ליב מאַמע־לשון, אי ער קען שאַפֿן אַ „מיוזיקל‟. פֿאַראַן בלויז איין ברירה — דער בן־תּשעים מעל ברוקס. האָט זיך ברוקס אַוועקגעזעצט און געשאַפֿן אונדז אַזוינע שלאַגערס װי:

„זונטיק ווערטער, מאָנטיק ווערטער, דינסטיק און מיטוואָך ווערטער“,
„וואָס וועט זײַן, אַז משיח וועט קומען?
אַז משיח וועט קומען, וועלן מיר מאַכן אַ סעודהניו לכּבֿוד דעם ווערטערבוך
ווער וועט אונדז לערנען ייִדיש אויף דער סעודהניו? מרדכי שעכטער, מרדכי שעכטער…“,

„מיטרעדאַקטאָרשע מײַנע, מיטרעדאַקטאָרשע געטרײַע
אויף ווערטערביכער שרײַבן טוט מען בלוט פֿאַרגיסן
און טאָמער וועט איר זען, אַז דאָס ווערטערבוך האָט הצלחה
זאָל עס אײַך גאָר נישט פֿאַרדריסן“…

„האָף און גלייב
נישט ווײַט איז שוין דאָס ווערטערבוך“…

„האַרשל, וווּ גייסטו? האַרשל, וווּ שטייסטו?
האַרשל, וווּ ביסטו מיט דײַנע גראָבע בענד?“…

„ווען מיט מזל, געזונט און לעבן
ס׳ערשטע ווערטערביכל כ׳וועל אַרויסגעבן,
וועל איך טאַנצן מיר האָפּ־האָפּ
אַראָפּ אַן עול פֿון קאָפּ“…

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פֿילם האָט געשלאָגן אַלע רעקאָרדן — קיין מאָל נישט געווען אַזאַ געראָטן לעקסיקאָגראַפֿיש קונסטווערק! מע האָט אַזוי גוט פֿאַרדינט, אַז די סטודיע האָט אונדז געגעבן אַ קאָנטראַקט צו מאַכן אַ פֿילם וועגן די פֿיר בענד פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“. איינס, אָבער, האָט מען נישט געקענט פֿאַָרענטפֿערן: ווער וועט שפּילן די צוויי רעדאַקטאָרן פֿון יענעם פּראָיעקט: זאָל גיטל שפּילן יודל מאַרק און הערשל — יודאַ יאָפֿע, צי הערשל — מאַרק, און גיטל — יאָפֿע?

אַז מע איז וועגן די ראָלעס שוין דורכגעקומען, האָט מען געדרייט פֿאַרכאַפּנדיקע סצענעס ווי אַזוי מאַרק און יאָפֿע זיצן איבער קאַרטלעך און באַשליסן, צי ס׳איז כּדאַי אַרײַנצונעמען — צווישן אַלע ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט „א‟ — אַזוינע ווערטער ווי „אויסבליִונג“ אָדער „אויפֿקוואַלעניש“; ווי אַזוי זיי האָבן אויסגעזוכט שטיצערס פֿונעם פּראָיעקט און ווי אַזוי די פֿיר בענד האָבן זיך געדרוקט בײַ אַ לינאָטיפּ־דרוקער.

צום באַדויערן איז דער צווייטער פֿילם נישט געווען אַזאַ געראָטענער, האָט מען זיך מיט אונדז צערעכנט און געשיקט אַהיים. איז פֿון אונדזער קאַריערע געבליבן בלויז די זיסע זכרונות פֿון שטיין אונטער די לאָמפּן און זינגען פֿאַר די קאַמערעס.