רוסלאַנד איז ווידער געוואָרן אַרײַנגעטאָן אין דיפּלאָמאַטישע סקאַנדאַלן. אין דער „יו־ען‟ איז פֿאָרגעקומען אַן אָפּשטימונג, צי מען זאָל האַלטן קרים פֿאַר אַ טייל רוסלאַנד צי פֿאַר אַ טייל אוקראַינע. 73 לענדער האָבן געשטימט פֿאַר דער רעזאָלוציע וואָס טענהט אַז די אַנעקסיע פֿון קרים איז אומלעגאַל, און אַז די מענטשלעכע רעכט אין קרים זענען צעשטערט געוואָרן. צווישן די 73 לענדער איז געווען אויך מדינת־ישׂראל. אַ פּאָר טעג פֿריִער איז די אָפֿיציעלע פֿאַרטרעטערין פֿון רוסלענדישן אויסלאַנד־מיניסטעריום מאַריאַ זאַכאַראָוואַ אויפֿגעטראָטן און, באַרעדנדיק די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן אין אַמעריקע, האָט זי געזאָגט, אַז אַלץ ווערט קאָנטראָלירט פֿון ייִדן, אַז טראָמפּ האָט געוווּנען צוליב ייִדישע געלטער, און אַז ייִדן אויף ברײַטאָן־ביטש האָבן אין פֿאָראויס שוין אַלץ געוווּסט. די ייִדישע נײַעס־זײַטן האָבן באַשטימט, אַז די דאָזיקע דערקלערונג איז אַנטיסעמיטיש. פֿון דעסטוועגן האָבן ניט די אויסלאַנד־מיניסטעריומס פֿון רוסלאַנד און ישׂראל, ניט די ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד רעאַגירט אויף דעם.
צו די אַנדערע נײַעס: אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט זיך געעפֿנט אַ גרויסע אויסשטעלונג: „שלום־עליכם, זײַן לעבן, זײַנע ווערק און זײַנע געשטאַלטן — ליטעראַטור, טעאַטער, קינאָ‟. עס ווערט דערציילט וועגן דעם לעבן און די וויכטיקסטע ווערק שלום־עליכמס און וועגן דעם אָפּרוף אויף זײַן שאַפֿן אין קונסט. עס ווערן אויסגעשטעלט ביכער — אַלטע אויסגאַבעס פֿון שלום־עליכמס ווערק אין אָריגינאַל און אין איבערזעצונגען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן; זײַנע בריוו און אַנדערע דאָקומענטן; בילדער, קאָסטיומען און דעקאָראַציעס צו ספּעקטאַקלען, אויפֿגעפֿירט לויט שלום־עליכמס ווערק, און פֿראַגמענטן פֿון קינאָ־פֿילמען. די עקספּאָנאַטן זענען געזאַמלט אין רוסלענדישע מוזייען, אַרכיוון און ביבליאָטעקן.
אויפֿן מאָסקווער דיזײַן־זאַוואָד „פֿלאַקאָן‟ איז פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל מיטן טיטל „דער טאָג פֿון ייִדישן וויסן‟. דאָס איז אַן אינטערנאַציאָנאַלער אויפֿטו וואָס קומט פֿאָר אַלע יאָר אין מער ווי 40 לענדער פֿון דער וועלט. הײַיאָר האָט דער פֿעסטיוואַל דורכגעפֿירט אַ טעמע „אונטער איין הימל: די ערד איז פֿול מיט דײַנע באַשעפֿענישן‟. די פּראָגראַם פֿון מאָסקווער פֿעסטיוואַל באַשטייט פֿון 12 קורצע אויפֿטרעטונגען, און די רעדנער האָבן דערציילט וועגן די וויכטיקסטע עפּיזאָדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע.
אין צענטער מאָסקווע איז אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל פֿאַר דער געניאַלער רוסישער באַלערינע פֿון ייִדישן אָפּשטאַם מאַיאַ פּליסעצקאַיאַ. דאָס איז געשען דעם 20סטן נאָוועמבער, אינעם געבוירן־טאָג פֿון דער באַלערינע. דער סקולפּטאָר וויקטאָר מיטראָשין האָט אָפּגעשפּיגלט פּליסעצקאַיאַ אין געשטאַלט פֿון קאַרמען — איר באַליבטע ראָלע. די הייך פֿונעם דענקמאָל איז 9 מעטער.
אין מאָסקווער גרויסער כאָר־שיל איז פֿאָרגעקומען אַ ביכער־פּרעזענטאַציע. פֿאָרגעשטעלט איז געוואָרן אַ ווערטערבוך פֿון דער שפּראַך פֿון באַרג־ייִדן, דזשוהורי. צונויפֿגעשטעלט דאָס ווערטערבוך האָט אַ לערער פֿונעם דאָרף „קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ‟ — מרדכי נפֿתּליעוו, און רעדאַגירט אים האָט ד״ר יעווגעניאַ נאַזאַראָוואַ. דאָס ווערטערבוך נעמט אַרײַן 14,000 ווערטער.
די רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון טאָלעראַנץ. די רבנים האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע ווענדונגען צו דעם עולם, און צוגערופֿן די רוסלענדישע ייִדן צו זײַן טאָלעראַנט צו אַנדערע פֿעלקער. אין דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה האָט מען דורכגעפֿירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון טאָלעראַנץ און געווידמעט אים צום אָנדענק פֿון דער ניט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער ייִדישער שרײַבערין מאַשע ראָלניקײַטע. אין ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט דער עולם זיך געטראָפֿן מיט אהרן ווײַס, דעם חורבן־פֿאָרשער פֿון „יד ושם‟, און געזען ספּעקטאַקלען וועגן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.