נאָך יאָרן אויסבאַהאַלטן זיך אין דרום־אַפֿריקע, זימבאַבווע, מאַראָקאָ, אַמעריקע, און האָלאַנד, און נאָך יאָרן פֿאַרלייקענען זײַנע פֿאַרברעכנס האָט הרבֿ אליעזר בערלאַנד זיך מודה געווען פֿאַר אַ ישׂראלדיקן געריכט, אַז ער איז יאָ באַגאַנגען סעקסועלע מעשׂים קעגן עטלעכע פֿון זײַנע חסידים.
הרבֿ בערלאַנד, דער 79־יעריקער גרינדער פֿון דער פּאָפּולערער קירובֿ־ישיבֿה „שובֿו בנים‟, וואָס פֿאַרמאָגט נאָך אַלץ אַ סך געטרײַע און אַפֿילו פֿאַנאַטישע אָנהענגערס, האָט אויסגעדריקט זײַן חרטה פֿאַר זײַנע פֿאַרברעכנס. „איך באַדויער זייער, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, אַלץ וואָס איך האָב אָפּגעטאָן וואָס האָט געשעדיקט מענטשן, מענער צי פֿרויען, צי איך האָב דירעקט גורם געווען אַ שעדלעכן אַקט, צי עס געטאָן אומדירעקטערהייט. מײַן חרטה איז אויפֿריכטיק“.
דער כאַריזמאַטישער רבֿ וועט אָפּזיצן בלויז 18 חדשים אין תּפֿיסה ווײַל ער האָט זיך אַליין דעקלאַרירט שולדיק און ניט געצוווּנגען זײַנע געליטענע, זיי זאָלן זאָגן עדות קעגן אים. ער האָט זיך מודה געווען, אַז ער איז באַגאַנגען צוויי „נישט־לײַטישע אַקטן‟ און איין אַקט פֿון סעקסועלן באַפֿאַל. לכתּחילה האָט מען אים געהאַט באַשולדיקט אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט צוויי פֿון זײַנע נאָכגייערינס, אַרײַנגערעכנט איינע וואָס איז דעמאָלט געווען אַ מינער־יעריקע.
אַחוץ די 18 חדשים אין תּפֿיסה האָט דאָס געריכט אים געהייסן באַצאָלן דרײַ פֿון זײַנע געליטענע 6,500 דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.