דרום־דאַקאָטע, וואָס האָט אַ גאָר קליינע ייִדישע קהילה, צעזייט און צעשפּרייט איבער אַ ברייטער טעריטאָריע, איז שוין פֿון לאַנג באַקאַנט ווי דער איינציקער שטאַט אין אַמעריקע אָן קיין רבֿ.
דאָס וועט זיך אָבער דעם ווינטער בײַטן, האָט מען די וואָך געמאָלדן אויף דער אַלוועלטלעכער קאָנפֿערענץ פֿון חב״ד־ליבאַוויטשער שליחים אין ניו־יאָרק. הרבֿ מענדל און מוסי אַלפּעראָוויץ וועלן זיך אַריבערציִען פֿון ברוקלין, נ״י, אין סו־פֿאָלס, ד״ד, כּדי אויפֿצושטעלן אַ חב״ד־צענטער וואָס וועט דינען אַ קהילה, וואָס ציט זיך העט צוריק ביז די טעג פֿונעם „ווילדן מערבֿ“.
די באַשטימונג איז פֿאָרגעקומען אין אַ צײַט ווען די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה פּראַוועט 75 יאָר זינט דער ליבאַוויטשער רבי, הרבֿ מנחם־מענדל שניאורסאָן זצ״ל, און זײַן ווײַב, די רביצין חיה מושקע, זענען אָנגעקומען פֿון דער חרובֿ געוואָרענער אייראָפּע אויף די ברעגן פֿון אַמעריקע.
כאָטש קיין באַזונדערער חב״ד־צענטער איז ביז איצט נישט געווען אין ד״ד, האָט דער חב״ד במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 25 יאָר יאָ געשיקט ישיבֿה־בחורים אַהין זומערצײַט, חנוכּה און פּורים. מע זאָגט, אַז עס וווינען אין ד״ד ווייניקער ווי 400 ייִדישע אײַנוווינערס אָבער הרבֿ אַלפּעראָוויץ האַלט, אַז די ציפֿער קער זײַן קרובֿ צו 1,000, און אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט זיך אין די לעצטע יאָרן ממשותדיק פֿאַרגרעסערט צוליב די וואַקסנדיקע אינדוסטריעס אין פֿינאַנץ און געזונט־אָפּהיט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.