הרבֿ בן־ציון שענקער, דער מחבר פֿון מער ווי 500 חסידישע ניגונים, אַרײַנגערעכנט עטלעכע וואָס דער פֿידלער יצחק פּערלמאַן האָט רעקאָרדירט, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 20סטן נאָוועמבער אין ברוקלין אין עלטער פֿון 91 יאָר.
הרבֿ שענקער איז געווען דער הויפּט־קאָמפּאָזיטאָר און זינגער בײַ די מאָדזשיצער חסידים, אַ פּויליש־שטאַמיקע חסידישע גרופּע באַקאַנט סײַ פֿאַר אירע מעלאָדיעס פֿון שבת־ און יום־טובֿ־תּפֿילות סײַ פֿאַר אירע ניגונים, וואָס מע זינגט סתּם ווען מע וויל אויסדריקן אַ גײַסטיקן מאָמענט.
זײַן באַקאַנטסטע קאָמפּאָזיציע איז די מעלאָדיע פֿאַר „אשת חיל‟, וואָס מע זינגט פֿרײַטיק־צ־נאַכטס בײַם שבתדיקן טיש פֿאַר קידוש; „מזמור לדוד‟ — דער 23סטער קאַפּיטל תּהילים, וואָס מע זינגט בײַ שלש־סעודות שבת נאָך מיטאָג צווישן מינחה און מעריבֿ, און „ישׂישׂ עליך‟, וואָס מע שפּילט אָפֿט אויף טראַדיציאָנעלע ייִדישע חתונות.
פֿאַר די מאָדזשיצער, ווי פֿאַר אַלע חסידים, זענען מוזיק און טענץ פֿאַררעכנט ווי מיטלען צו דערנעענטערן ייִדן צום אייבערשטן, בהסכּם מיטן צוגאַנג פֿונעם בעל־שם־טובֿ, דעם גרינדער פֿונעם חסידיזם אינעם 18טן יאָרהונדערט.
הרבֿ שענקער האָט אויסקאָמפּאָנירט העכער 500 ניגונים, וואָס רעקאָרדירט זיי האָט נישט נאָר ער, נאָר אויך אַנדערע מוזיקערס, אַרײַנגערעכנט דעם פֿידלער יצחק פּערלמאַן, דעם קלעזמער־קלאַרנעטיסט און בלוגראַס־מאַנדאָליניסט אַנדי סטאַטמאַן, און דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער. ער האָט אויך משפּיע געווען אויף הרבֿ שלמה קאַרלעבאַך, וואָס זײַנע אייגענע לידער ווערן הײַנט געזונגען בײַ ייִדן איבער דער וועלט, און וואָס איז געווען אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין דער באַוועגונג צוצוציִען סעקולערע ייִדן צו אַ פֿרימערן לעבן־שטייגער.
אין 2012 האָט דער עטאָמוזיקאָלאָג האַנקוס נעצקי געפֿירט אַ לענגערן אינטערוויו מיט הרבֿ שענקער ווי אַ טייל פֿונעם „וועקסלער פּראָיעקט פֿון בעל־פּה געשיכטעס‟ בײַם ייִדישן ביכער צענטער.
הרבֿ שענקער האָט פֿאַראָבֿלט דרײַ טעכטער, 23 אייניקלעך און מער ווי 90 אור־אייניקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.