עקאָלאָגן עצהן ישׂראלים ניט צו פֿאַרפֿלאַנצן נײַע ביימער

Ecologists Advise Israelis Not to Plant New Trees


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 02, 2016, issue of December 28, 2016.

עקאָלאָגיע־מומחים האָבן די וואָך געעצהט ישׂראלים, אַז זיי זאָלן זיך אײַנהאַלטן פֿון פֿאַרפֿלאַנצן נײַע ביימלעך נאָך דעם וואָס העכער 1,700 געקוסט־שׂרפֿות האָבן, אין משך פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, פֿאַרוויסט צענדליקער טויזנטער דונאַם איבערן לאַנד. נײַע ביימלעך, זאָגן זיי — אין איינעם מיטן עצם פֿאַרזעצן זיי — קענען דווקא שאַטן די נאַטור־עקאָסיסטעמען און פֿאַרהיטן די נאַטירלעכע באַנײַונג פֿון דער לאַנדשאַפֿט, גיט איבער אַ באַריכט אין Times of Israel.

לויט עפֿרי גבאי, אַן עקאָלאָגין פֿאַר דער געזעלשאַפֿט צו באַשיצן די נאַטור אין ישׂראל, איז די ערד שוין צוגעוווינט צום אויסהאַלטן און איבערלעבן פֿאַרשידענע מינים שטערונגען, אַרײַנגערעכנט די היפּש ביסל שׂרפֿות וואָס האָבן זיך יענע וואָך צעפֿלאַקערט.

פֿון אַן עקאָלאָגישן קוקווינקל ווערן אַזוינע שׂרפֿות „נישט פֿאַררעכנט ווי אַ קאַטאַסטראָפֿע. די נאַטור קען זיך אַליין אַן עצה געבן מיט דעם, אָן דער הילף פֿון מענטשן“, האָט גבאי געגעבן צו פֿאַרשטיין. כאָטש ס׳וועט געדויערן יאָרן לאַנג קער דער ווידערוווּקס, באַזירט אויף דער נאַטירלעכער זוימענבאַנק וואָס געפֿינט זיך אין דער ערד, צוריקוואַסקן נאָך גיכער ווי מע מיינט. אין געוויסע פֿאַלן איז טאַקע געוווּנטשן אַז מע זאָל פֿאַרזעצן ביימלעך, אָבער דאָס דאַרף מען באַשליסן ערשט נאָך דעם וואָס אַן עקאָלאָגישער אָפּשאַץ וועט האָבן אָנגעוויזן אַז דאָס איז נייטיק.

גבאי פֿאַרשטייט דעם אינטערעס, צוליב פּאָליטישע און קולטורעלע סיבות, צום וועלן אויף ס׳נײַ פֿאַרפֿלאַנצן ביימער אין ישׂראל. פֿונדעסטוועגן עצהט זי, אַז מע זאָל לאָזן די נאַטור זיך אַליין ראַנגלען און דערגיין ביזן סוף, איבער הויפּט אין ראַיאָנען מיט אַ קנאַפּער נאַטירלעכער וועגעטאַציע. דאַרפֿן דאַרף מען נאָר אָפּרייניקן די זגאַלן געוויקסן (די אויסטראַלישע אַקאַציע, למשל) וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך גאָר גיך נאָך אַ שׂרפֿה.

סע קען אויך שאַטן ווען אַ סך מענטשן קומען אָנקוקן דאָס פֿאַרבליבענע נאָך אַ וואַלד־שׂרפֿה, וואָרן זיי טרעטן אָדער פֿאָרן מיטן אויטאָ אָדער ביציקל אויף אָפּגעברענטער ערד. עטלעכע חדשים לאַנג דאַרף מען לאָזן די גרעזלעך און די ערד „קומען צו זיך‟ און אַרויסלאָזן קנאָספּן.

אין איינעם מיט אַנדערע ישׂראלים וואָס זאָרגן זיך וועגן דער טריקעניש וואָס האָט דערפֿירט צו די שׂרפֿות, קוקן עקאָלאָגן אַרויס אויפֿן פֿאָרויסגעזאָגטן רעגן די וואָך. זיי זאָרגן זיך אָבער אויך וועגן פֿאַרפֿלייצונגען און דער עראָזיע בשעת די ערד פּרוּווט צו רעכט ווערן. גבאי האָפֿט, אַז די ערשטע גאָסרעגנס פֿונעם ווינטער וועלן זײַן מילדע.