ביזן 8טן יאַנואַר קומט פֿאַר בײַ דעם מעטראַפּאָליטאַן מוזיי אין ניו־יאָרק די אויסשטעלונג „ירושלים 1000-1400: אַלע מענטשן אונטערן הימל”. צו באַצייכענען דווקא די מיטל־עלטערישע תּקופֿה אין מולטי־קולטורעלע קאָלירן מעג אפֿשר אויסזען אַ ביסל מאָדנע, ווען מע באַטראַכט דעם פּאָפּולערן פֿאַרשטאַנד פֿון יענער תּקופֿה, ווי אַ צײַט פֿון שטענדיקע אומשׂכלדיקע רעליגיעזע מלחמות.
די קוראַטאָרן שטרעבן אָבער צו ווײַזן דעם אומענדיקן אינטערעס פֿון מענטשן פֿון אינדיע ביז איסלאַנד, לאַוו־דווקא פֿון די וואָס באַלאַנגען צו די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס (אָבער פֿאַרשטייט זיך אויך זיי) צו דער שטאָט. ווי זיי האָבן פֿאַנטאַזירט וועגן ירושלים, און ווי זייערע פֿאַנטאַזיעס פֿלעגן זיך אויסדריקן אין ביכער־אילוסטראַציעס, כּלערליי טעקסטועלע פֿראַגמענטן, צירונגען און אַנדערע סאָרטן חפֿצים, און נאָך. די קוראַטאָרן ווילן זאָגן, אַז יאָ, מענטשן פֿלעגן זיך קריגן איבער דער שטאָט (און כּידוע עד־היום־הזה), אָבער אַלע זענען בכל־זאת געווען פֿאַראייניקט אין זייער ליבע צו דעם אָרט. און אפֿשר פֿון דער בשותּפֿותדיקער ליבע קען אַרויסוואַקסן אויך אַ בשותּפֿותדיק לעבן.
וואָס למשל קען מען זען דאָרט?
דער אַרכאַנגל איסראַפֿיל באַווײַזט זיך אין אַן אילוסטראַציע צו אַ מוסולמענישן ספֿר פֿון אַרום סוף 14טן י״ה, וואָס איז אַרויס אין סיריע אָדער עגיפּטן. מע זעט ווי דער מלאך, אָנגעטאָן אין רויטע און גרינע מוסולמענישע קליידער און מיט בלויע פֿליגלען, בלאָזט אין אַ מין טרומייט. אונטער אים שטייט געשריבן אַ שריפֿט אין אַראַביש. דער מלאך, שטייענדיק אויפֿן הייליקן שטיין, רופֿט מיט זײַן בלאָזן אַלע באַשעפֿענישן זיך צונויפֿצוזאַמלען אין ירושלים אין דעם אַחרית־הימים. די אילוסטראַציע ווערט גענוצט פֿאַר דער אויסשטעלונגס פּלאַקאַט.
עס ווערן דאָרט אויסגעשטעלט אַ ריי ספֿרים פֿון דעם רמב״ם און אַנדערע, וואָס ווײַזן סקיצעס פֿונעם בית־המקדש, אָדער נאָר פֿון אָרון־הקודש, און אויך פֿון לשון־קודשדיקע ברכות און תּפֿילות וווּ עס ווערט דערמאָנט ירושלים. אויף אַ תּנך ספֿר פֿון 14טן י״ה, שפּאַניע ווערן אילוסטרירט מיט גאָלד די פֿאַרשידענע כּלים פֿון בית־המקדש. אויף דער באַרצעלאָנער הגדה פֿון דעם זעלביקן י״ה זעט מען אַן אילוסטרירטן שריפֿט פֿון דער באַקאַנטער פֿראַזע בײַם סוף: „לשנה הבאה בירושלים אמן” (צום קומענדיקע יאָר אין ירושלים, אָמן). דער האָז, וואָס ליגט אונטער דער שריפֿט, סימבאָליזירט די שלום־ושלווה פֿון דער גאולה תּקופֿה.
עס פֿעלן אויך נישט אויסגעשטעלטע חפֿצים מיט קריסטלעכע מאָטיוון. אויף אַ גלעזערן פֿלאַש פֿונעם מיטן 13טן י״ה, געמאַכט אין סיריע, געפֿינען זיך קריסטלעכע סצענעס, אילוסטרירט אין בלויע, רויטע, גאָלדענע און גרינע קאָלירן. זיי באַשרײַבן די אָרטיקע קריסטלעכע קהילה, אירע בנינים מיט קרײצן, און דאָס אַגריקולטורעלע לעבן פֿון די תּושבֿים. אַן אילוסטראַציע פֿון אַ קאָפּטישן מאָנאַך איז געמאָלט אויף אַ שיסל פֿונעם 11טן י״ה, פֿון עגיפּטן. די קאָפּטן זענען געווען פֿון די עלטסטע קריסטלעכע קהילות אין ירושלים. זייער סימבאָל פֿון אַ קרייץ מיט אַ שלייפֿענעם שפּיץ שטייט לעבן דעם מאָנאַך צום רעכטס.
די אויסשטעלונג נעמט אויך אַרײַן ווידעאָס, וואָס ווערן געוויזן אויף די ווענט, וואָס כאַפּן וויזועלע סצענעס פֿון דער הײַנטיקער שטאָט. זיי זעען אינעם ערשטן קוק אויס ווי פֿאָטאָגראַפֿיעס, אָבער דאָ און דאָרט נעמט מען באַמערקן אַ פֿויגל וואָס באַוועגט זיך אין דער לאַנדשאַפֿט, און דאָס בילד באַלעבט זיך ווידער. דערצו זענען דאָ ווידעאָס פֿון אינטערוויוען מיט פֿאַרשידענע טיפּן, וואָס דערציילן וועגן זייער פֿאַרבינדונג צו ירושלים.
איין אינטערוויו ווערט געמאַכט מיט דעם ירושלימער געבוירענעם העברעיִשן מחבר, וואָס וווינט הײַנט אין ניו-יאָרק, ראובֿן (רובי) נאַמדאַר. נאַמדאַר האָט געשעפּט אינספּיראַציע פֿאַר זײַן שרײַבן פֿונעם פֿעלנדיקן בית־המקדש, בפֿרט אין זײַן ראָמאַן „הבית אַשר נחרבֿ” (די היים וואָס איז חרובֿ געוואָרן), 2013. ער זאָגט אַז דווקא ווײַל דער בית־המקדש איז נישטאָ שוין אַזאַ לאַנגע תּקופֿה, אָדער מיט אַנדערע ווערטער דווקא זײַן נישט־זײַן, האָט אין אַ גרויסן מאָס פֿאַרגרעסערט זײַן חשיבֿות. ער באַשרײַבט דעם צווייטן בית־המקדש ווי אַן אָרט פֿון פּרעכטיקער שיינקייט, מיט אַפֿילו אַן עראָטישן כאַראַקטער. „אַן אוניווערסאַלער סימבאָל פֿון אַ צעשטערטן היכל, וואָס דריקט אויס, כאָטש מיטאָלאָגיש, די פֿאַרגאַנגענע תּקופֿה, ווען דער מענטש איז געווען איינער מיט זיך, מיט זײַן גאָט און מיט דער וועלט.”
די אויסשטעלונג „ירושלים 1000-1400: אַלע מענטשן אונטערן הימל” גיט, דורך אַ ריי פּרעכטיקע און פֿיל־מיניקע קונסט־אָביעקטן און הײַנצײַטיקע ווידעאָס, אַ שיין בילד סײַ פֿון ירושלים־של־מטה, סײַ פֿון ירושלים־של־מעלה. זי דריקט אין זיך קלאָר אויס אויך די שטרעבונג אַז אין דער הײַנטיקער ירושלים זאָלן פֿאַרווירקלעכט ווערן די העכסטע מענטשלעכע אידעאַלן פֿון יושר און גערעכטיקייט, ווי אַ היים וואָס געהערט צו דער גאַנצער מענטשהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.