די בראַזיליאַנער ייִדן דאַרפֿן נישט זוכן קיין תּירוץ צו קאָמבינירן זייער ליבשאַפֿט פֿאַר שׂימחות מיט זייער צווייטער באַקאַנטער לײַדנשאַפֿט: דאָס רינדערנע פֿלייש.
צי ס׳רעדט זיך פֿון אַ חתונה, אַ בר־מיצווה צי אַ ברית — אַפֿילו אַ לוויה — װערט עס אַ געלעגנהייט צו עסן טשוראַסקאָ — אַ מין באַרבעקיו־פֿלייש, גערעפֿטלט איינציקווײַז.
סע שטעקט אָבער דאָ מער ווי סתּם פֿליישפֿרעסערײַ. די בראַזיליאַנער פֿיליע פֿון דער יוגנט־באַוועגונג „בני־עקיבֿא‟ װיל אויסדריקן הכּרת־הטובֿ דעם פֿאַרשטאָרבענעם בראַזיליאַנער דיפּלאָמאַט אָסוואַלדאָ אַראַנהאַ דורך אַ ביפֿסטייק־רעצעפּט אויף זײַן נאָמען.
דעם 29סטן נאָוועמבער האָט בני־עקיבֿא אַרויסגעלאָזט אויף יו־טוב אַ קאָכווידעאָ, לכּבֿוד דער אָפּשטימונג בײַ דער „יו־ען‟ אויף יענער דאַטע אין 1947, ווען מע האָט צעטיילט דעם בריטישן מאַנדאַט אין פּאַלעסטינע אויף צוויי מדינות, אַ ייִדישער און אַן אַראַבישער. אַראַנהאַ, אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער „יו־ען‟, האָט געשפּילט אַ קריטישע ראָלע בײַם פֿאַרזיכערן אַז אַ מאַיאָריטעט זאָל שטימען פֿאַר דער רעזאָלוציע.
דער מאכל „פֿילע אָסוואַלדאָ אַראַנהאַ“ איז אַ באַקאַנטע פֿליישיקע פּאָטראַווע אין ריִאָ דע זשאַנייראָ, וווּ דער דיפּלאָמאַט פֿלעג עס יעדן טאָג באַשטעלן אין זײַן באַליבטסטן רעסטאָראַן. דער בני־עקיבֿא־רעצעפּט האָט פֿאַרביטן דאָס טריפֿענע געמיש — פּוטער מיט בייקאָן — מיט מאַרגאַרין און גערייכערטן גענדזנפֿלייש, אָבער האָט אָנגעהאַלטן זײַן כאַראַקטעריסטישן עלעמענט: אַ סך געפּרעגלטע קנאָבל־רעפֿטלעך וואָס באַדעקן דעם גאַנצן סטייק, אַזוי אַז מע קען דאָס פֿלייש קוים אַרויסזען. און דער בײַמאכל? פֿאַראָפֿאַ — אַ בראַזיליאַניש צוגעברוינט געמיש מעל, מיט אַ סך ציבעלע, פּעטרישקע און גענדזן־בייליק.
אינעם ווידעאָ זעט מען ווי טאָם פֿראַנץ, דער דײַטש־געבוירענער געווינער אין 2013 פֿון דער ישׂראלדיקער קאָכפּראָגראַם „מאַסטערשעף“, גיט די צוהערערס פּינקטלעכע אינסטרוקציעס ווי אַזוי צוצוגרייטן דעם מאכל. ער מוטיקט דעם עולם אָפּצומערקן אַראַנהאַס אָנדענק דורכן אָפּקאָכן דעם מאכל, ווײַל „דאָס קאָכן און עסן איז װאָס ברענגט אונדז בראַזיליאַנער צוזאַמען.‟
פֿאַר וואָס באַטראַכן ייִדן דעם קאַטוילישן אַראַנהאַן, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין 1960, פֿאַר אַ העלד? דני אַשכּנזי, אַן אַמאָליקער מיטגליד פֿון בני־עקיבֿא, גיט צו פֿאַרשטיין: „מיט 69 יאָר צוריק, האָט די ׳יו־ען׳ אָפּגעשטימט צי די ייִדן האָבן דאָס רעכט צו וווינען אין זייער אייגענער מדינה, לעבן אַן אַראַבישער, אין דעם בריטישן מאַנדאַט אין פּאַלעסטינע. אַראַנהאַ האָט אָן שום ספֿק געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע בײַם פֿאַרזיכערן גענוג שטיץ, און די אָפּשטימונג האָט טאַקע מצליח געווען מיט צוויי־דריטל פֿון די שטימען אין דער גענעראַל־אַסאַמבלעע.‟
כאָטש מ׳האָט לכתּחילה געזאָלט דורכפֿירן די אָפּשטימונג אינעם אַמעריקאַנער דאַנקטאָג פֿון יענעם יאָר, האָט אַראַנהאַ אויסגעניצט די געלעגנהייט אָפּצולייגן די אָפּשטימונג ווײַל די רעפּרעזענטאַנטן פֿונעם פֿאַרמדינהדיקן ישׂראל האָבן נאָך נישט געהאַט אָנגעזאַמלט אַ מאַיאָריטעט שטימען. אָסוואַלדאָ האָט דערלויבט נאָך צוויי טעג — צוויי טײַערע טעג בשעת וועלכע דער סוכנותּ האָט באַוויזן צו באַוואָרענען נאָך שטימען, און אָסוואַלדאָ האָט זיך אַליין משתּדל געווען פֿאַר דער זאַך וואָס ער האָט שטאַרק געשטיצט.
אַ סקווער אויף אָסוואַלדאָס נאָמען געפֿינט זיך הײַנט אויפֿן רחובֿ אגרון אין ירושלים, עטלעכע טריט פֿון דער גרויסער שיל.
כאָטש מע האָט שוין אַ ביסל פֿאַרגעסן אין אָסוואַלדאָס ראָלע אין דער היסטאָרישער אָפּשטימונג, „האָבן מיר באַשלאָסן צו דערמאָנען זײַנע מעשׂים־טובֿים דורכן צוגרייטן דעם ווידעאָ,‟ האָט רועי אַביקאַסיס, דער סעקרעטאַר פֿון דער אַלוועלטלעכער בני־עקיבֿא, דערקלערט.
דער 20־יעריקער לעאָ ראַבינאָוויץ, אַ פֿירער פֿון דער בראַזיליאַנער בני־עקיבֿא וואָס האָט פּראָדוצירט דעם ווידעאָ, ווייסט זייער גוט וועגן אַראַנהאַס צושטײַער צו מדינת־ישׂראל, וואָרן דער דיפּלאָמאַט איז געווען זײַן טאַטנס אַ באַקאַנטער, און אָסוואַלדאָ איז טאַקע געבליבן אין וואַרעמע באַציִונגען מיט דער בראַזיליאַנער ייִדישער קהילה ביז זײַן פּטירה.
ראַבינאָוויץ איז שוין אַליין געשטאַנען אויפֿן אַראַנהאַ־סקווער אין ירושלים. אין יענעם מאָמענט — זאָגט ער — „האָב איך שטאָלצירט דערמיט וואָס איך בין אַ בראַזיליאַנער“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.