אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַערט די נישט־ייִדישע ראַטירער פֿון ייִדן בעת דעם חורבן האָט לעצטנס אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿאַרשטאָרבענעם אַמעריקאַנער הויפּטסערזשאַנט ראָדי עסמאָנדס מיט איר פּרעמיע א״נ „יהי אור“ („זאָל זײַן ליכטיק“) פאַר זײַן האָבן געראַטעוועט 200 ייִדישע סאָלדאַטן פֿון אַ זיכערן טויט מצד די דײַטשן.
אין דעצעמבער 1944 איז דער הויפּטסערזשאַנט ראָדי עדמאָנדס פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון די דײַטשן און געוואָרן אַ קריגס־געפֿאַנגענער אינעם דײַטשן פּלעניק־לאַגער סטאַלאַג IX-A. ווי דער אָפֿיציר מיטן העכסטן ראַנג האָט ער געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די 1,292 אַמעריקאַנער פּלעניקעס, צווישן זיי — 200 ייִדישע סאָלדאַטן.
דער דײַטשער קאָמענדאַנט האָט באַפֿוילן עדמאָנדס אַרויסצורופֿן אַלע ייִדיש־אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אויף דער פֿרימאָרגנדיקער פֿאַרזאַמלונג, כּדי מע זאָל זיי קענען אָפּזינדערן פֿון די אַנדערע פּלעניקעס. עדמאָנדס האָט פֿאַרשטאַנען אַז מע וועט זיי אומברענגען, האָט ער געהייסן אַלע זײַנע 1,275 סאָלדאַטן — די ייִדן און די נישט־ייִדן — זיך צונויפֿזאַמלען מחוץ די באַראַקן.
מלא־כּעס האָט דער דײַטשער קאָמאַנדאַנט צוגעלייגט אַ פּיסטויל צו עדמאָנדס׳ קאָפּ און געפֿאָדערט אַז ער זאָל אָנווײַזן אויף די ייִדישע סאָלדאַטן אונטער זײַן קאָמאַנדע. עדמאָנדס האָט בלויז געענטפֿערט: „דאָ זענען מיר אַלע ייִדן“, און האָט דערבײַ געוואָרנט דעם קאָמענדאַנט, אַז טאָמער וועט ער עמעצן שאַטן אויף אַ האָר וועט מען אים נאָך דער מלחמה אויספֿאָרשן און מישפּטן פֿאַר קריגס־פֿאַרברעכנס, אַזוי ווי די זשענעווער קאָנווענץ פֿאָדערט אַז געפֿאַנגענע זאָלן אָנגעבן בלויז זייער נאָמען, ראַנג און סעריע־נומער — די רעליגיע דאַרף מען נישט אויסזאָגן.
ווען דער קאָמענדאַנט האָט דאָס דערהערט האָט ער אָפּגעטראָטן. אַ דאַנק זײַן העלדישקייט האָט עדמאָנדס געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון די 200 ייִדישע סאָלדאַטן פֿון אַ כּמעט זיכערן טויט.
עדמאָנדס האָט איבערגעלעבט הונדערט טעג פֿון געפֿענקעניש און זיך נאָך דער מלחמה אומגעקערט אַהיים, אָבער האָט קיינעם נישט דערציילט וועגן זײַנע מעשׂים.
נאָך עדמאָנדס׳ טויט, האָט זײַן אַלמנה איבערגעגעבן זייער זון, דעם באַפּטיסטישן רעוועראַנד קריס עדמאָנדס, עטלעכע פֿון דעם טאַטנס טאָגביכער וואָס ער האָט געהאַט געפֿירט אין געפֿענקעניש. דער רעוועראַנד עדמאָנדס האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן די געשיכטע, און אויסגעזוכט עטלעכע פֿון די געראַטעוועטע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן געהאַט אָפּגעגעבן אַ גבֿית־עדות דעם „יד־ושם‟. צווישן די געראַטעוועטע ייִדישע סאָלדאַטן איז געווען סאָני פֿאַקס, דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־קאָנפֿעראַנסיע פֿון די 1960ער יאָרן, וואָס האָט דערציילט אין אינטערוויוען וועגן עדמאָנדס׳ העראָיִשע מעשׂים.
דער הויפּטסערזשאַנט עדמאָנדס איז ניפֿטר געוואָרן אין 1985; אַזוי ווי ער האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן דער דאָזיקער געשיכטע האָט די וועלט נאָר אין זכות פֿונעם זונס אויספֿאָרשונגען זיך דערוווּסט וועגן דעם.
דעם 10טן פֿעברואַר 2016 האָט „יד־ושם‟ אָנערקענט ראָדי עדמאָנדס צווישן די חסידי־אומות־העולם. דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר רון דרמר האָט דעמאָלט איבערגעגעבן די אויסצייכענונג עדמאָנדס׳ זון, און אַפֿילו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ איז בײַגעווען.
אויף דער פּריוואַטער צערעמאָניע די פֿאַרגאַנגענע וואָך, וווּ עס זענען אויך בײַגעווען עטלעכע פֿון ייִדישע סאָלדאַטן, וואָס עדמאָנדס האָט געראַטעוועט, האָט די פֿונדאַציע טאַקע דערמאָנט דעם סערזשאַנטס עניוות. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿונדאַציע, האַרווי שולווײַס, האָט דעמאָלט דערקלערט: „מיר האָבן אין משך פֿון די יאָרן מיטגעאַרבעט מיט, און אָפּגעגעבן כּבֿוד, אַ סך חורבן געליטענע און זייערע ראַטירערס, אָבער די געשיכטע ווי ראָדי עדמאָנדס האָט געראַטעוועט 200 ייִדיש־אַמעריקאַנער סאָלדאַטן הייבט באמת אַרויס וואָסער מענטש און פֿירער ער איז געווען“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.