זינט 2000 צוטיילט די „מאָדערנע שפּראַך־אַסאָציאַציע‟ (MLA) אויס יעדע צוויי יאָר אַ פּרעמיע פֿאַר דער בעסטער פֿאָרש־אַרבעט אויף ענגליש וועגן ייִדיש־שטודיעס (לינגוויסטיק, ליטעראַטור אָדער פֿאָלקלאָר), אָדער פֿאַר דער בעסטער איבערזעצונג פֿון ייִדיש אויף ענגליש.
הײַיאָר האָט מען באַלוינט ד״ר קאַטרין העלערשטיינס פֿאָרש־אַרבעט פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס A Question of Tradition: Women Poets in Yiddish, 1586-1987 (אַ פֿראַגע פֿון טראַדיציע: ייִדישע פּאָעטעסעס אויף ייִדיש, 1586־1987) מיט דער אַכטער „פּרעמיע לזכר פֿעניע און יעקבֿ לעוויאַנט אין ייִדיש־שטודיעס‟. די אויסצייכענונג וועט אָפֿיציעל צוגעטיילט ווערן מיטוואָך, דעם 7טן יאַנואַר, אין פֿילאַדעלפֿיע ווי אַ טייל פֿון דער נאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון דער „מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע‟.
די ריכטער פֿון דער פּרעמיע, באַרבאַראַ מאַן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר), לאַורענס אַלאַן ראָזענוואַלד (וועלזלי־קאָלעדזש) און אַליסאָן שעכטער (וואַנדערבילט־אוניווערסיטעט) האָבן געשריבן אין זייער דערקלערונג, אַז „העלערשטיינס בוך איז אַ יסודותדיקע ווערק אינעם פֿעלד פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע און ליטעראַטור אָנגעשריבן פֿון ייִדישע פֿרויען.‟
ד״ר העלערשטיין איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דער אָפּטיילונג פֿון דײַטשישע לימודים בײַם „פּענסילוויינער אוניווערסיטעט‟ אין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ זי דינט אויך ווי די דירעקטאָרשע פֿון דער אָרטיקער פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים. אַחוץ דעם וואָס זי איז אַליין אַ פּאָעטעסע אויף ענגליש און אַ געניטע איבערזעצערין פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, איז זי אויך די מחברטע פֿון צענדליקער אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. „אַ פֿראַגע פֿון טראַדיציע‟ האָט לעצטנס אויך באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿונעם „נאַציאָנאַלן ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער‟, וואָס האָט דאָס בוך אָנערקענט ווי די בעסטע פֿאָרש־אַרבעט אינעם פֿעלד פֿון פֿרויען־שטודיעס. ד״ר העלערשטיין שרײַבט איצט אַ בוך וועגן דער טעמע, ווי אַזוי די ייִדישע שרײַבער האָבן געשילדערט כינע.
אַחוץ דער פּרעמיע גופֿא האָבן די ריכטער אויך דערמאָנט לשבֿח יאַן שוואַרצס בוך Survivors and Exiles: Yiddish Culture After the Holocaust (לעבנס־געבליבענע און פֿאַרשיקטע: די ייִדישע קולטור נאָכן חורבן), אַ מולטי־דיציפּלינאַרישע פֿאָרש־אַרבעט וואָס באַטראַכט ווי אַזוי די ייִדישע ליטעראַטור איז ווײַטער אָנגעגאַנגען, ניט געקוקט אויפֿן מאָרד פֿון ס׳רובֿ ייִדישע־רעדנדיקע ייִדן און דער צעשטערונג פֿון זייער ציוויליזאַציע אין מיזרח־אייראָפּע.
ד״ר שוואַרץ איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין „לונד־אוניווערסיטעט‟ אין שוועדן און אַ געניטער איבערזעצער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט די ווערק פֿון שלום־עליכם און אַבֿרהם סוצקעווער, אויף דעניש. ער אַרבעט איצט אויף אַ בוך וועגן דעם, ווי אַזוי מע האָט איבערזעצט און פֿאַרשפּרייט די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער.
„די מאָדערנע שפּראַך־אַסאָציאַציע‟ איז די גרעסטע און חשובֿסטע אָרגאַניזאַציע אין דער וועלט געווידמעט די הומאַניטאַרע לימודים. כאָטש איר „לעוויאַנט־פּריז‟ פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשונג איז בלויז איינע פֿון צענדליקער אַזעלכע פּריזן וואָס די אָרגאַניזאַציע צוטיילט, איז עס פֿאָרט מסתּמא די וויכטיקסטע פּרעמיע פֿון אַ נישט־ייִדישער אָרגאַניזאַציע וואָס אָנערקענט פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש.
די פֿריִערדיקע געווינער פֿונעם „לעוויאַנט־פּריז‟ זענען געווען: יוסף שערמאַן ז׳׳ל, דובֿ־בער קערלער, אַמעליע גלאַזער, גאָלדע מאָרגענטאַלער, גאַבריעלאַ ספֿרן, סטיווען זיפּערשטיין, מאיר דעשעל, מאַרגעריט בירשטיין, מיכאל קרוטיקאָוו און מאַוריס וואָלפֿטהאָל. אַחוץ ד׳׳ר יאַן שוואַרץ האָט מען אַמאָל דערמאָנט לשבֿח בלויז צוויי מענטשן: חנה מלאָטעק און מאַרק סלאָבין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.