אין משך פֿון אַ קנאַפּן האַלב־יאָרהונדערט, צװישן דעם אָנהײב פֿון דער גרױסער ייִדישער אימיגראַציע אין די 1880ער און איר סוף אין די מיט–1920ער, האָט דער ייִדישער טעאַטער געדינט װי אַ „טרעפֿאָרט און אַ פֿאָרום פֿונעם ייִדישן קיבוץ אין אַמעריקע”. די דאָזיקע ציטאַט פֿונעם אַמעריקאַנער טעאַטער־היסטאָריקער האַראָלד קלורמאַן דינט װי אַ לײטמאָטיף פֿונעם נײַעם בוך „ניו־יאָרקער ייִדישער טעאַטער פֿון די באַוערי ביז בראָדװײ”, רעדאַגירט פֿון עדנה נחשון.
דאָס דאָזיקע װאָגיקע בוך איז אַ באַגלײט־באַנד צו דער אױסשטעלונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם מוזײ פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק אין פֿרילינג און זומער פֿון 2016.
די דאָזיקע פּרעכטיקע פּובליקאַציע מיט גוט געפֿאָרשטע אַרטיקלען און פּרעכטיקע אילוסטראַציעס, איז אַ מוז פֿאַר אַלע װאָס אינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער קולטור. זי גיט אַן אַרומנעמיקן איבערזיכט פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער׃ זשאַנערס, דראַמאַטורגיע, אַקטיאָרן, דעקאָראַציעס, פּאָליטיק.
דער ייִדישער טעאַטער אַלײן האָט געשפּילט פֿאַרשידענע ראָלעס אינעם ייִדישן לעבן. דאָס איז געװען די באַליבטע פֿאַרװײַלונג פֿאַרן עולם אימיגראַנטן און אַ גוט געשעפֿט פֿאַר עטלעכע רעזשיסאָרן און פֿירנדיקע אַקטיאָרן. דאָס איז געװען אַ מיטל פֿאַר קולטורעלער דערציִונג און פּאָליטישער פּראָפּאַגאַנדע, און אױך אַ הױכע קונסט. דער ייִדישער טעאַטער האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה, װאָס האָט שטאַרק באַװירקט דעם אַמעריקאַנער טעאַטער, קינאָ און טעלעװיזיע אױף ענגליש.
לרובֿ דערצײלן די קאַפּיטלען די אײגענע געשיכטע פֿון אױפֿקום, אױפֿבלי און ירידה. די סאַמע באַרימטע שטערן פֿון דער ייִדישער בינע, אַזעלכע װי באָריס טאָמאַשעפֿסקי אָדער מאָריס שװאַרץ, האָבן געהאַט אַ גװאַלדיקן דערפֿאָלג אױף דער שפּיץ פֿון זײער קאַריערע, אָבער זײ האָבן איבערגעלעבט זײער צײַט און זײַנען געשטאָרבן אין באַשײדענע אומשטאַנדן. די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז אַ גוטער משל פֿאַר דער חכמה פֿון קהלת, „דור הולך ודור בא”. פֿון די צענדליקער געבײַדעס און זאַלן, װאָס האָבן אַ מאָל צוגעצױגן טױזנטער אַנטציקטע צוקוקער יעדן פֿרײַטיק און שבת, איז פֿאַרבליבן בלױז אײן דענקמאָל, די געבײַדע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן קונסט־טעאַטער אױף דער צװײטער עװעניו, װאָס איז איצט דאָס הױז פֿון דער היסטאָרישער „איסט־װילעדזש סינעמאַ”.
דער ייִדישער טעאַטער אין אַמעריקע איז אױפֿגעקומען צוליב אַ קאָמבינאַציע פֿון עטלעכע סאָציאַלע און היסטאָרישע סיבות. די מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע איז צונױפֿגעפֿאַלן מיטן מלוכישן פֿאַרבאָט פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד. די אַקטיאָרן, װאָס האָבן אָנגעהױבן שפּילן מיט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן, האָבן זיך אַריבערגעקליבן מעבֿר־לים. אָבער די רוסישע קולטורעלע השפּעה איז פֿאַרבליבן שטאַרק. פֿאַר די „ערנסטע” יידישע דראַמאַטורגן װי יעקבֿ גאָרדין און לעאָן קאָברין, איז די רוסישע ליטעראַטור געװען אַ מוסטער, בעת קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַװסקיס מאָסקװער קונסט־טעאַטער האָט געדינט װי אַן אינספּיראַציע פֿאַר מאָריס שװאַרצעס „ייִדישן קונסט־טעאַטער”. דער סאַמע באַרימטער און אָריגינעלער קינסטלער, װאָס האָט געשאַפֿן דעקאָראַציעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, איז געװען ברוך (באָריס) אַראָנסאָן. ער האָט פֿאַרקערפּערט אַ לעבעדיקע פֿאַרבינדונג צװישן דרײַ װיכטיקסטע צענטערס פֿון מאָדערנער ייִדישער קונסט׃ קיִעװ, בערלין און ניו־יאָרק.
אַן אַנדער װיכטיקער מקור פֿון השפּעה און אינספּיראַציע איז געװען דער דײַטשישער טעאַטער, בפֿרט װײַל פֿאַר די דײַטשיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, ייִדן און ניט־ייִדן, איז כּסדר געװען ניט שװער שפּילן אױף ייִדיש. די מחברים פֿונעם בוך באַטאָנען די פֿאַרשידענע קולטורעלע קאָנטעקסטן, סײַ אינעװײניק־אַמעריקאַנישע, סײַ אינטערנאַציאָנאַלע, פֿון דער ייִדישער טעאַטער־קונסט. דאָס זעט מען בפֿירוש קודם־כּל אין די ביאָגראַפֿישע געשיכטעס פֿון ייִדישע אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן און קינסטלער, װאָס האָבן זיך געלערנט און געאַרבעט אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות און לענדער. װאָס מען װאָלט געװען יאָ געמעגט צוגעבן, איז אַ פּאָר קאַפּיטלען װעגן דער געשיכטע פֿון באַזונדערע אױפֿפֿירונגען, מחוץ שלום־עליכמס „טבֿיה”. דאָס װאָלט פֿאַרשטאַרקט דעם סינטעטישן אַפּעקט פֿונעם היסטאָרישן איבערזיכט.
אַװדאי װאָלט מען ניט אַלץ געקאָנט אַרײַננעמען אין אַזאַ מין בוך, און אײניקע לײענער מעגן זײַן אַפֿילו אַנטױשט דורך געװיסע בלױזן. מײַן פּערזענלעכע טענה איז װעגן דעם פֿאַרטושירן ה. לײװיקן, און אַפֿילו ניט דערמאָנען זײַנע פּיעסעס „שמאַטעס” און „גולם”. שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער” האָט מער מזל. דאָס לעצטע קאַפּיטל, אָנגעשריבן פֿון עליזה סאָלאָמאָן, איז געװידמעט טבֿיהס גליקלעכן גיגלול צו „פֿידלער אױפֿן דאַך”.
די קאָמפּאָזיציע פֿונעם בוך איז בכּיװן אַ טעאַטראַלישע. דאָס איז אַ דראַמע אין עלף אַקטן, מיט אַ בילדערישער „הפֿסקה” אין דער מיט. אָבער אפֿשר מער לאָגיש װאָלט געװען אַ צעטײלונג אין דרײַ טײלן. דער ערשטער טײל באַשרײַבט דעם אָנהײב און דעם אױפֿקום פֿונעם ייִדישן טעאַטער, מיטן פֿאָקוס אױף די פֿיגורן פֿון די „אָבֿות” און „סטאַרס” װי טאָמאַשעפֿסקי און גאָרדין. דער צװײטער טײל נעמט אַרײַן די װיכטיקסטע קינסטלערישע דערגרײכונגען׃ דעם קונסט־טעאַטער, דעם לינקן „אַרטעף” און דעם ליאַלקע־טעאַטער „מאָדיקוט”, װי אױך אַראָנסאָנס בינע־דעקאָראַציעס. און דער דריטער טײל שילדערט די ירידה, די פֿאַרװאַנדלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דער „באָרשט־בעלט” קאָמעדיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.