מיטוואָך, דעם 14טן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען די פּרעמיערע פֿון אַן אייגנאַרטיקן פֿאָטאָ־עסיי — „ייִדיש: אַלט און נײַ‟ — אַ סעריע בילדער אַראָפּגענומען פֿונעם מאָסקווער־געבוירענעם פֿאָטאָגראַף מאַרק גורעוויטש. די אויסשטעלונג וועט פֿאָרקומען בײַם ייִדישן קולטור־צענטער „בראָונסטאָון‟ אין מאַנהעטן.
בעת דער אויסשטעלונג וועט אויפֿטרעטן די זינגערין אינאַ באַרמאַש מיט אַ ריי ייִדישע לידער, באַנאַנד מיטן וויאָלע־שפּילער ליאָווע זשורבין און די קלעזמער־מוזיקער זיסל סלעפּאָווטיש (קלאַרנעט), שאָקאָ נאַגײַ (אַקאָרדעאָן) און דזשאָרדין מאָרטאָן (באַס).
במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט גורעוויטש געמאַכט פֿאַרכאַפּנדיקע בילדער פֿון קאָנצערטן אינעם „דזשעלאָפּי־טעאַטער‟, וווּ עס טרעטן רעגלמעסיק אויף ייִדישע זינגער, ווי אויך פֿאָרשטעלונגען פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ און קלעזמער־קאָנצערטן בײַם „עלדרידזש־סטריט־שיל‟ אין טשײַנאַטאַון. ער שטעלט ניט בלויז פֿאָר זײַנע בילדער ווי אינדיווידועלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, נאָר שאַפֿט פֿון זיי אויך פֿאָטאָ־עסייען, מיט וועלכע ער פּרובירט צו געבן דעם עולם צו פֿאַרשטיין, ווער עס זענען די הײַנטיקע אַרטיסטן וואָס אַרבעטן אויף ייִדיש און פֿאַר וואָס זיי באַנוצן זיך מיט דער שפּראַך.
ווי אַ קינד אין מאָסקווע האָט גורעוויטש דווקא געמיינט, אַז ייִדיש איז כּמעט אַ טויטע שפּראַך. „ווען מײַן זיידע איז אָנגעקומען קיין מאָסקווע אין די 1930ער יאָרן האָט ער גערעדט ייִדיש בעסער ווי אַלע אַנדערע שפּראַכן, אָבער ווי אַ קינד האָב איך בכלל ניט געהערט קיין ייִדיש און געהאַלטן אַז די שפּראַך גייט באַלד אונטער‟, האָט ער געשריבן אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟.
שפּעטער אין לעבן איז גורעוויטש געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין מאַכן בילדער, קודם פֿון זײַנע אייגענע קינדער, און דערנאָך פֿון אַנדערע. וואָס מער ער האָט זיך באַקענט מיט דער ייִדישער קולטורוועלט, אַלץ מער האָט עס אים פֿאַרכאַפּט, און ער האָט אָנגעהויבן פֿאָטאָגראַפֿירן ייִדישע זינגער, קלעזמאָרים און אַנדערע קולטור־טוער פֿאַרבונדן מיט ייִדיש אין ניו־יאָרק.
סײַ די פּרעמיערע, וואָס הייבט זיך אָן 7 אַזייגער, סײַ גורעוויטשס פֿאָטאָ־פּראָיעקט גופֿא ווערן אונטערגעשטיצט דורך אַ סובווענץ פֿון דער אָרגאַניזאַציע COJECO, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט קולטורעלע פּראָגראַמען פֿאַר די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.