שוין איבער צוויי הונדערט יאָר זענען די פּאָנטשקעס שטאַרק פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ חנוכּה. כאָטש די טראַדיציע פֿון עסן פּאָנטשקעס האָט זיך אָנגעהויבן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע בײַ אַשכּנזישע ייִדן, איז עס הײַנט ווי באַוווּסט אַ פֿאַרשפּרייטער מינהג איבער דער גאַנצער ייִדישער וועלט בכלל, און אין ישׂראל בפֿרט, וווּ די סאַברעס לעקן ממש די פֿינגער בײַם עסן זייערע באַליבטע „סופֿגניות‟.
ווי עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, האָבן די חנוכּה־פּאָנטשקעס כאָטש איין וויכטיקער קעגנער: בעת אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם עסן מער געזונט, האָט דער ישׂראלדיקער געזונט־מיניסטער יעקבֿ ליצמאַן דערקלערט פֿאַרן עולם, אַז מע טאָר ניט עסן קיין פּאָנטשקעס. ליצמאַן, אַ גערער חסיד און וויכטיקער פּאָליטיקער וואָס פֿירט אָן מיט דער פּאַרטיי „אַגודת־ישׂראל‟ בײַ דער „כּנסת‟, האָט דערקלערט, אַז די פּאָנטשקעס זענען צו „פֿול מיט פֿעטס‟.
„מע קען הײַנט געפֿינען פּאַסיקע אַלטערנאַטיוון און ס׳איז ניטאָ קיין סיבה פֿאַר וואָס מע דאַרף מאַכן פֿעט אונדזערע קינדער מיט ׳סופֿגניות׳, ווײַל דאָס שטימט ניט מיט די פּרינציפּן פֿונעם געזונט און אַ פּאַסיקער דערנערונג‟, האָט ליצמאַן געזאָגט פֿאַרן עולם. הגם ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז ער פֿאַרשטייט אַז מע עסט פּאָנטשקעס ווײַל ס׳איז אַן אַלטער חנוכּה־מינהג, וואָלט עס אָבער געווען בעסער צו געפֿינען אַ צווייטע ברירה. וואָס פֿאַר אַן אַלטערנאַטיוו ער רעקאָמענדירט, אָבער, האָט ער ניט געזאָגט.
אַ געבוירענער אין אַ „די־פּי‟־לאַגער אין דײַטשלאַנד, איז יעקבֿ ליצמאַן אויפֿגעוואַקסן אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין. נאָכן עולה זײַן קיין ישׂראל צו 16 יאָר איז ער געוואָרן אַ וויכטיקער עסקן און פּאָליטישער טוער אינעם גערער הויף. אין 1999 האָט מען אים דערוויילט צו אַמטירן אין דער „כּנסת‟ און ער איז הײַנט פֿאַקטיש דער וויכטיקסטער חרדישער פּאָליטיקער אין לאַנד.
כאָטש ליצמאַן איז מער באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָנטראָווערסיעלע באַמערקונגען לגבי געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, איז דאָס דווקא ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס זײַנע באַמערקונגען וועגן אַ געזונט־ענין האָבן אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע: געוויסע מענטשן האָבן פֿאַראַיאָרן קריטיקירט זײַן דערקלערונג אין אַ פּראָמינענטער רעדע, אַז דאָס עסן פֿון דער „גיך־עסן‟־פֿירמע „מעקדאָנאַלדס‟ איז „חזירײַ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.