דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָט דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער אין רומעניע אָפּגעמערקט 140 יאָר ייִדיש־טעאַטער אין לאַנד דורך אַ פּרעכטיקן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל.
דרײַ יאָר האָט געדויערט ביז מע האָט רעמאָנטירט דעם פּרעכטיקן, פֿיר־שטאָקיקן בנין — מסתּמא דער איינציקער ייִדישער טעאַטער אויף דער וועלט וועלכער פֿאַרמאָגט אַן אייגענע געבײַדע. דער רעמאָנט אַליין, ווי אויך די אינוועסטיציע אין אָט דעם פֿײַערלעכן פֿעסטיוואַל, TESFESTRO, איז אַ גוטער סימן אַז די מלוכה פֿאַרשטייט ווי וויכטיק עס איז דורכצופֿירן די קולטור־אימפּרעזע. מאַיאַ מאָרגענשטערן, די דירעקטאָרין פֿון טעאַטער, האָט צונויפֿגעשטעלט אַ רײַכע פּראָגראַם וואָס שפּיגלט אָפּ דעם פּאָטענציאַל פֿון דעם רומעניש־ייִדישן טעאַטער, ווי אויך די מעגלעכע, צוקונפֿטיקע קאָ־פּראָדוקציעס מיט אַנדערע טעאַטערס אויף דער וועלט. ס׳איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אין בוקאַרעשט נאָר געציילטע טעג, אָבער כ׳מיין אַז ס׳איז גענוג געווען צו באַקומען אַ בילד פֿון די מעלות פֿון אָט דער אייגנאַרטיקער אונטערנעמונג.
אויפֿן פֿעסטיוואַל — אַ קאָ־פּראָדוקציע פֿון דער ניו־יאָרקער פֿאָלקסבינע, דעם רומעניש־ייִדישן מלוכּה־טעאַטער און דעם „לופֿט־טעאַטער פֿון שטראַסבורג‟ — האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאָרלייענונג פֿון ה. לייוויקס פּיעסע „אַ חתונה אין פֿערנוואַלד‟, רעזשיסירט דורך דעם יונגן, טאַלאַנטירטן רעזשיסאָר מאָטל דידנער, וואָס האָט שוין יאָרן צוריק געהאַט רעזשיסירט אַזאַ פֿאָרלייענונג אין ניו־יאָרק. דאָס מאָל איז דער אַנסאַמבל געווען אַ גאָר גרויסער. דער פֿאַקט וואָס עס איז געווען אַ סטיליזירטע פֿאָרלייענונג האָט ניט געשטערט דעם אַלגעמיינעם אײַנדרוק, ווײַל דער כאַראַקטער פֿון לייוויקס פּיעסע, וואָס באַשרײַבט די סיטואַציע אין אַ „די־פּי‟־לאַגער נאָכן חורבן, איז סײַ־ווי אַ דראַמאַטיש־סטאַטישער. די פֿאָרלייענונג איז האָפֿנטלעך געווען אַן אָנווײַז אַז צוקונפֿטיקע קאָ־פּראָדוקציעס וועלן ווײַטער שטרעבן אויסצודריקן דאָס פֿײַנסטע פֿון דער ייִדישער דראַמאַטורגיע.
יעלענאַ שמואלענסאָן, אַלען לויִס ריקמאַן און סטיוו שטערנער פֿון ניו־יאָרק האָבן פֿאָרגעשטעלט דעם רעוויו „דער תּמצית — אַ ייִדיש־טעאַטער דים סום‟, וואָס איז אייגנטלעך אַן איבערבליק פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. דער שאַרפֿזיניקער, בײַסיקער טעקסט האָט ריקמאַן צוגעגרייט. שטערנער האָט געשפּילט, געזונגען און אויסעצייכנט באַגלייט די פֿאָרשטעלונג בײַ דער פּיאַנע. ס׳איז וויכטיק צו באַטאָנען אַז דאָס איז אַן ענגליש־ייִדישע פּראָדוקציע, מיט איבערגעזעצטע אונטערקעפּלעך, וואָס גאַסטראָלירט שוין אַ 10 יאָר מיט גרויס הצלחה. עס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם פּובליקום, און ס׳איז ניט קיין וווּנדער, ווײַל די אַקטיאָרן זענען ממש בינע־ווירטואָזן. אין אַ גאָר גיכן טעמפּאָ שפּרינגט מען אַריבער פֿון איין סצענע צו דער צווייטער, און די סינכראָניזירונג צווישן די דרײַ קינסטלערס איז ממש אויסגעצייכנט.
דער פֿאַקט וואָס עס איז פֿאַראַן אַ קליינקונסט־אַנסאַמבל וואָס פֿירט אויס דעם געלונגענעם רעוויו „דער תּמצית — אַ ייִדיש־טעאַטער דים סום‟ איז זייער אַ דערפֿרייענדיקער. דער ספּעקטאַקל שפּיגלט אָפּ אַלע מעלות פֿון בראָדווײַ, וווּ קינסטלערס זענען מסוגל צו שפּילן (טעאַטער און אויף כּלי־נגינה), זינגען און זיך לײַכט באַוועגן. ממש פֿאַרכאַפּנדיק.
פֿונדעסטוועגן קומט צום געדאַנק ס׳גלײַכווערטל „ווי ס׳קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך‟. דאָס אַרײַנשטופּן אין איין רעוויו די גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער, אפֿילו ווען ס׳רעדט זיך פֿון אַ פּאַראָדיע, איז אפֿשר צו פּרעטענציעז און מע קאָן אַ מאָל זיך אויך אַ קאַפּיטשקע אויסגליטשן… כ׳מיין דאָ דעם טייל וווּ די אַקטיאָרן פֿירן אויס אַ פּאַראָדיע פֿון הערמאַן יאַבלאָקאָווס באַקאַנט ליד „פּאַפּיראָסן‟, וואָס ווערט געבראַכט ווי אַ מוסטער פֿון שונד־טעאַטער. ס׳איז טאַקע פֿאַראַן אין דער ייִדישער טעאַטער־געשיכטע אַ דיקן שונד־קאַפּיטל, נאָר כ׳מיין אַז ס’איז ווײַט ניט ריכטיק זיך צו באַנוצן מיט אָט דעם ליד. מער פּאַסיק וואָלט געווען ווען אַזאַ קליינקונסט־טריאָ זאָל, למשל, אויך אָנווענדן זײַנע סאַטירישע פֿײַלן צו די נעגאַטיווע דערשײַנונגען הײַנט־צו־טאָג אין ייִדישן לעבן אין אַמעריקע, ישׂראל און אומעטום, ווי, למשל, דאָס באַטראַכטן ייִדישע וויצן און ביליקע אויסדרוקן ווי דער עיקר פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה.
דער „ייִדישפּיל‟ טעאַטער פֿון ישׂראל איז געווען פֿאַרטראָטן מיטן ספּעקטאַקל „בײַ מיר ביסטו שיין‟, וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון די שוועסטער בערי, אויפֿגעפֿירט דורך מאָניקאַ וואַרדימאָן און רונית אשרי (אָשרי) מיט דער סענסיטיווער קלאַוויר־באַגלייטונג פֿון אורן סלע (אָרען סעלאַ). ס’איז אַ סאָרט ספּעקטאַקל וואָס מ’האָט מיט דערפֿאָלג געשפּילט אין ישׂראל (מיט ענת עצמון אַנשטאָט רונית אשרי) און פֿונעם טיטל אַליין קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן אַז עס רעדט צו אַ ברייט־דורכשניטלעכן פּובליקום.
דער ספּעקטאַקל שליסט זיך מיט אַ פּאָפּורי לידער פֿון די שוועסטער בעריס רעפּערטואַר און איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט התלהבֿות דורכן עולם. אַ קליינע, זײַטיקע באַמערקונג: אויב די־אָ לידער אין אַ קלוגער צופּאַסונג וואָלט מען געזונגען אין פֿאַרלויף פֿון דער פּיעסע און ניט נאָר צום שלוס, וואָלט עס געווען מער אינטעגראַל און פֿאַרכאַפּנדיק. יעדן פֿאַלס איז צו באַוווּנדערן, ווי רונית אשרי איז אין לעצטן מאָמענט אַרײַנגעשפּרונגען אין ענת עצמונס ראָלע און צוזאַמען מיט איר „שוועסטער‟ מאָניקאַ מהנה געווען דעם עולם מיט די קלאַסישע לידער פֿון דער ייִדישער מוזיק אין אַמעריקע.
רפֿאל גאָלדוואַסער אין די ראַמען פֿונעם שטראַסבורגער „לופֿט־טעאַטער‟ האָט שוין פֿריִער פֿאָרגעשטעלט אויף אַ מאָדערנעם סטיל די פּיעסע „פֿעטער אַרטור‟, פֿונעם ישׂראלישן דראַמאַטורג דני האָראָוויץ. גאָלדוואַסערס מאָנאָדראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען מיט שאַפֿונגען פֿון שלום־עליכם און יצחק באַשעוויס־זינגער זענען גוט באַקאַנט דעם עולם ייִדיש־ליבהאָבער אין פֿאַרשידענע לענדער. אויך דאָס מאָל האָט זיך דער אַקטיאָר אויסגעצייכנט מיט זײַן טיפֿער אידענטיפֿיקאַציע מיט דער ראָלע און זײַן פּרעציזן קערפּערלעכן אויסדרוק.
דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟ אין באַשטאַנד פֿון פּאַטריק פֿאַרעל, קאָמפּאָזיטאָר און אַקאָרדעאָניסט; בענזשי פֿאָקס־ראָזען, קאָנטראָבאַסיסט, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר וועלכער האָט אַרויסגעגעבן דעם קוואַליטאַטיוון קאָמפּאַקטל „צוויי וועלטן‟ (נײַע מוזיק צו טעקסטן פֿון געבירטיג), און מיכאל ווינאָגראַד, דער באַרימטער קלאַרינעטיסט, האָבן געבראַכט אַן אומגעווייטנלעכע פּראָגראַם פֿון ראַפֿינירטער כּליזמר־מוזיק וואס טראָגט מוזיקאַלישע און ליטעראַרישע ווערטן פֿון אַ הויכער מדרגה.
אַ שאָד וואָס ס׳האָט געפֿעלט אין פֿעסטיוואַל אַ געדרוקטע פּראָגראַם, מיט די נעמען און ביאָגראַפֿיעס פֿון אַלע אָנטיילנעמער, כּולל די מחברים פֿון פֿאַרשיידענע טעקסטן. עס זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע וואַרשטאַטן. צווישן אַנדערע, האָט שמוליק עצמון מיט ברען גערעדט וועגן דעם נעכטן, דעם הײַנט און דעם מאָרגן פֿון ייִדישן טעאַטער. אַן אַנדער וואַרשטאַט האָט באַהאַנדלט די מוזיקאַלישקייט און אינטאָנאַציע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וועלכע איז וויכטיק ניט נאָר פֿאַר אַקטיאָרן, נאָר פֿאַר יעדן איינעם וואָס לערנט זיך „מאַמע־לשון‟ און וויל די שפּראַך זאָל קלינגען „ייִדישלעך‟. עס זענען אויך פֿאָרגעקומען פּרעזענטאַציעס פֿון נײַע רומענישע ביכער געווידמעט דער ייִדישער טעמאַטיק.
מ׳קאָן זאָגן אויף זיכער, אַז עס איז פֿאַראַן אַ האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסערן ייִדישן טעאַטער הײַנט־צו־טאָג און אין דער נאָענטער צוקונפֿט. יעדער ייִדיש־צענטער ווירקט אויף די אַנדערע, און בוקאַרעשט, כאָטש עס וווינען דאָרט ווייניק ייִדן און נאָך ווייניקער ייִדיש־רעדערס, קאָן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ יחיד־במינודיקער צענטער פֿאַר ייִדישער שאַפֿונג. ס’קלינגט אַ ביסל פּאַראַדאָקסאַל? נו, זענען פּאַראַדאָקסן אַ גוטער שטאָף פֿאַר טעאַטער. דער פֿעסטיוואַל איז געווען אַ רוף און אַ קול־קורא צו העכערן די קוואַליטעט פֿון דער הײַינטיקער ייִדישער טעאַטער־קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.