אַ שאלה איבער דעם, וועלכער חנוכּה־לאָמפּ איז דער גרעסטער אין דער וועלט, איז דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז אַ בית־דין האָט זיך געדאַרפֿט אַרײַנמישן, גיט איבער די וועבזײַט „וואָס איז נײַעס‟.
כאָטש דער חנוכּה־לאָמפּ בײַם אַרײַנגאַנג פֿון „פּראָספּעקט־פּאַרק‟ אין ברוקלין קאָן טעכניש זײַן דער העכסטער אויף דער וועלט, וועלן זײַנע אייגנטימער אים מער ניט קענען אָנרופֿן „דעם גרעסטן חנוכּה־לאָמפּ‟. דער לאָמפּ, וואָס איז 32 פֿיס אין דער הייך (דער מאַקסימום וואָס ער קען זײַן על־פּי־הלכה), שטייט זינט 1984 יעדעס יאָר חנוכּה־צײַט אין „גרענד־אַרמי־פּלאַזע‟. הרבֿ שמעון העכט און פּראָמינענטע פּאָליטיקער גייען אַרויף יעדעס יאָר אויף אַ „קאַרשן־לייטער‟ כּדי אָנצוצינדן די ריזיקע לעכט.
כאָטש דער פּאַרק־סלאָפּער חב׳׳ד באַרימט זיך יאָרן לאַנג מיט דעם, אַז בײַ זיי געפֿינט זיך דער גרעסטער חנוכּה־לאָמפּ אויף דער וועלט, טענהט הרבֿ שמואל בוטמאַן, אַז דווקא בײַ אים געפֿינט זיך דער גרעסטער חנוכּה־לאָמפּ. שוין 40 יאָר וואָס הרבֿ שמואל בוטמאַן צינדט אָן אין צענטראַל־פּאַרק אַ 32־פֿוסיקן לאָמפּ, געשאַפֿן דורכן ישׂראלדיקן סקולפּטאָר יעקבֿ אגם. כאָטש דאָס „גינעס־בוך פֿון וועלט־רעקאָרדן‟ האָט באַשטעטיקט אין 2006, אַז דער פֿיר־טויזנט־פֿונטיקער חנוכּה־לאָמפּ אין מאַנהעטן איז דער העכסטער, איז דער ברוקלינער לאָמפּ טאַקע העכער מיט עטלעכע צאָל, אַ דאַנק זײַן לענגערן שמשׂ.
דער בית־דין פֿון חבֿ׳׳ד האָט אָבער געפּסקנט, אַז בלויז הרבֿ שמואל בוטמאַן קען ווײַטער אָנרופֿן זײַן חנוכּה־לאָמפּ דער גרעסטער — ניט דערפֿאַר, וואָס עס איז העכער, נאָר ווײַל ער איז דער וואָס האָט אַדאָפּטירט דעם טיטל צו ערשט.
ווי עס האָט דערקלערט דער חב׳׳ד־בית־דין, האָט מען געפּסקנט לטובֿת הרבֿ בוטמאַן און דווקא קעגן דעם פּאַרק־סלאָפּ־חב׳׳ד, כּדי נישט צו שטערן די רעפּוטאַציע פֿון דער אָרגאַניזאַציע. „דער ציל פֿון חנוכּה איז מפֿרסם צו זײַן דער נס און מקדש צו זײַן דעם אייבערשטן און ניט, חלילה, פֿאַרקערט,‟ האָבן אָנגעשריבן די דיינים. „ווען מע נוצט שוין אַזאַ באַשרײַבונג און אַנדערע מענטשן הייבן דערנאָך אָן צו רופֿן זייער חנוכּה־לאָמפּ דער גרעסטער אָן דערלויבעניש, קען עס שאַטן דעם שם פֿון חב׳׳ד, בפֿרט אויב די מעדיע הייבט אָן צו רעדן וועגן דעם.‟
לויטן פּסק־דין מוז דער „חב׳׳ד פֿון פּאַרק־סלאָפּ‟ אויפֿהערן זיך צו באַנוצן מיטן טיטל „דער גרעסטער חנוכּה־לאָמפּ‟ און גלײַך ענדערן אַ וועבזײַט פֿונעם זעלביקן נאָמען. מע האָט רעקאָמענדירט, אַז הרבֿ העכט זאָל גיכער אָנרופֿן זײַן לאָמפּ „דער גרעסטער אין ברוקלין‟. די וועבזײַט פֿונעם פּאַרק־סלאָפּער חב׳׳ד האָט אין גיכן אָנגענומען די פֿירלייגן.
הרבֿ משה העכט, דער זון פֿון הרבֿ שמעון העכט, האָט געזאָגט אַ ברוקלינער צײַטונג, אַז עס גייט זיי באמת ניט אָן וואָס זיי האָבן פֿאַרלוירן זייער טיטל. „ס׳איז דאָך דער זעלביקער חנוכּה־לאָמפּ,‟ האָט הרבֿ העכט געזאָגט. „מיר לייגן דעם טראָפּ בלויז אויף דעם, אַז חנוכּה זאָל הײַיאָר זײַן דער בעסטער וואָס איז אַמאָל געווען.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.