די באַרימטע ליציטאַציע־פֿירמע „סאָטעביס‟ אין ניו־יאָרק וועט באַלד דורכפֿירן אַ ליציטאַציע איבער 266 זעלטענע ייִדישע חפֿצים, וואָס מע דערוואַרט אַז מע וועט בסך־הכּל פֿאַרקויפֿן פֿאַר מער ווי צען מיליאָן דאָלאַר. צווישן די אור־אַלטע חנוכּה־לאָמפּן, ספֿרי־תּורות, בשׂימים־ביקסלעך, מזוזות, מאָלערײַען, טעפּעכער, ביכער און בריוו פֿון באַרימטע רבנים און מקובלים געפֿינט מען צוויי אַלטע כּתבֿ־ידן אויף ייִדיש.
דער ערשטער כּתבֿ־יד, אַ סידור פֿון 290 זײַטן, איז אָנגעשריבן געוואָרן אינעם רײַן אינעם 16טן יאָרהונדערט, בערך אינעם יאָר 1560. דער מאַנוסקריפּט האָט לכתּחילה געהערט צו גוטעלע, די טאָכטער פֿון יעקבֿ אולמאַן און איר מאַן שלמה, דער זון פֿון יצחק־אפֿרים. מע מיינט אַז דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געוווינט אין אַ גרויסער שטאָט, אפֿשר אין מיינץ, וואָס איז געווען אַ באַקאַנטער ייִדישער צענטער אין יענער תּקופֿה. לויט דער באַשרײַבונג פֿון דער פֿירמע „סאָטעביס‟ פֿאַרהיט דער טעקסט פֿונעם סידור געוויסע דיאַלעקטישע אַספּעקטן פֿון מערבֿ־ייִדיש, וואָס מע זעט זעלטן־ווען אין אַנדערע מאַנוסקריפּטן פֿון דער זעלביקער צײַט. מע דערוואַרט, אַז דעם כּתבֿ־יד וועט מען פֿאַרקויפֿן פֿאַר $40,000 ביז $60,000 דאָלאַר.
דער צווייטער כּתבֿ־יד, אויך פֿון דײַטשלאַנד, איז אַ „תּל־אָבֿיבֿ חגדה‟ פֿון האַמבורג וואָס דער באַקאַנטער סופֿר נתניאל בן אַהרן סיגעל האָט אָנגעשריבן אויף לשון־קודש און ייִדיש אין 1771 פֿאַרן הויף־ייִד — הירש־נתן בענדיקס. אַזוי ווי נתניאל בן אַהרן סיגעלס אַנדערע כּתבֿ־ידן וואָס זענען נאָך בנימצא, צייכנט זיך אויס דער מאַנוסקריפּט מיט זײַנע אוניקאַלע בילדער, וואָס ווײַזן ביבלישע סצענעס. להיפּוך צו אַלע אַנדערע ייִדישע אילוסטראַטאָרן פֿון זײַן דור, פֿאַרמאָגן די מענטשן אין נתניאל בן אַהרן סיגעלס חומש־בילדער לעבעדיקע מינעס אויפֿן פּנים.
אַחוץ זײַנע בילדער איז דער מאַנוסקריפּט אויך מערקווערדיק צוליב זײַן טראַגישער געשיכטע: די משפּחה בענדיקס האָט געהאַלטן דעם כּתבֿ־יד במשך פֿון אַכט אָדער נײַן דורות, ביז העדוויג בענדיקס איז דערהרגעט געוואָרן אינעם לאָדזשער געטאָ, וווּ דער מאַנוסקריפּט איז געבליבן. אין 1946 האָט מען די הגדה געפֿונען צווישן אַ ריי באַהאַלטענע ייִדישע ביכער און ספֿרים. די וואָס ווילן קויפֿן דעם אוניקאַלן ספֿר קענען דערוואַרטן צו באַצאָלן צווישן $75,000 און $150,000 פֿאַר אים.
די ליציטאַציע וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 15טן דעצעמבער, 10 אַ זייגער אין דער פֿרי בײַם „סאָטעביס‟ אין מאַנהעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.