צוויי פּאָר ברידער און שוועסטער וואָס ביידע צדדים האָבן געמיינט, אַז די גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען אינעם חורבן, האָבן זיך געטראָפֿן צום ערשטן מאָל אין ירושלים, אַ דאַנק דער דאַטן־באַזע פֿון „יד־ושם‟.
די געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג ווען פֿאַניאַ בלאַקיי, אַ געבוירענע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, האָט געמאַכט אַ רײַזע קיין פּוילן צו זוכן שפּורן פֿון איר אומגעקומענער משפּחה. ווען זי איז צוריקגעקומען קיין ישׂראל האָט זי באַזוכט „יד־ושם‟ צו געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע. דאָרט האָט זי אומגעריכט אַנטדעקט אַ געשריבענעם גבֿית־עדות וועגן איר טאַטן, ניסן באַנד. די גבֿית־עדות האָט געהאַט אָנגעשריבן איר טאַטנס שוואָגער, שׂמחה באָרענשטיין, וואָס מע האָט איר געהאַט געזאָגט, אַז ער איז אומגעקומען אינעם חורבן. ווי עס האָט אויסגעזען פֿון שׂימחהס גבֿית־עדות, האָט ער אויך, אַ פּנים, געמיינט אַז איר טאַטע איז אומגעקומען.
פֿאַניעס טאַטע, ניסן, האָט געהאַט 5 שוועסטער. אין 1939 זענען ער און זײַן פֿרוי אידאַ אַנטלאָפֿן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער איז פֿאַרבליבן ביז זײַן טויט אין 1983. „מײַן טאַטע האָט קיין מאָל נישט אויפֿגעהערט זוכן זײַנע קרובֿים און האָט געחלומט אַז ער וועט זיי אַמאָל געפֿינען, ווײַל ער איז געווען איינער אַליין,‟ האָט פֿאַניע געזאָגט.
איראָניש איז, אַז ניסנס שוואָגער, שׂמחה, האָט אויך איבערגעלעבט דעם חורבן דורכן אַנטלויפֿן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. שפּעטער האָבן ער מיט זײַן פֿרוי און טעכטער עולה געווען קיין ישׂראל. פּונקט ווי פֿאַניע, וווינען שׂמחהס טעכטער — העניע מאָסקאָוויץ און ריבֿקה פּאַטשניק — הײַנט אין ישׂראל.
דעם 13טן דעצעמבער האָבן בלאַקיי און איר ברודער, גענאַדי באַנד, זיך, סוף־כּל־סוף, פֿאַראייניקט מיט העניען און רבֿקהן אויף אַ ספּעציעלער אונטערנעמונג אָרגאַניזירט דורך „יד־ושם‟.
„איך בין שטאַרק גערירט און איבערגליקלעך,‟ האָט פֿאַניע געזאָגט.
„צו ערשט האָט זיך מיר אויסגעדאַכט אַז ס׳איז אַלץ אַ טעות,‟ האָט העניע געזאָגט. „אָבער באַלד ווי מיר אַלע פֿיר האָבן זיך געטראָפֿן, האָט זיך אָנגעקניפּט אַ פֿאַרבינדונג. איבערנאַכט איז מײַן משפּחה גרעסער געוואָרן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.