דער אַרטיקל קומט פֿון modernloss.com [אַבֿלות הײַנט צו טאָג] , אַן אָנלײַן־זשורנאַל פֿאַרלייגט פֿון רבֿקה סופֿר און גבריאלה בירקנער — צוויי ייִדישע פֿרויען וואָס האָבן ביידע, יונגערהייט, פֿאַרלוירן די אייגענע טאַטע־מאַמע אויף אַ טראַוומאַטישן אופֿן. אינעם זשורנאַל געפֿינען זיך אַרטיקלען וועגן די געפֿילן וואָס מע לעבט איבער נאָך דער פּטירה פֿון אַ נאָענטן מענטשן.
איך מיט דער מאַמען זענען מיר געווען נאָענט; אפֿשר צו נאָענט.
מיר האָבן ביידע שטאַרק הנאה געהאַט פֿון װײניק באַקאַנטע ווערטער בשעתן שפּילן אין „סקרעבל”. מיר פֿלעגן ביידע אָפּלאַכן פֿון די קליידער וואָס די האָליװוּדער שטערנס טראָגן בשעת זיי טרעטן איבערן רויטן טעפּעך בײַם אָנהײב פֿונעם „אָסקאַר”־אָוונט. מיר האָבן ענלעכע פּנימער, אַן ענלעכע פֿאַרב. זי האָט מיך אויסגעלערנט ליב האָבן שפּראַכן און מוזיק. אַ נישט־דערזאָגטע פֿאַרבינדונג איז געפֿלאָסן צווישן אונדז ווי אַן עלעקטרישער שטראָם.
מיר זענען זיך אויך געגאַנגען איינס ס׳אַנדערע אויף די נערוון. איך בין געווען איבעריק סענסיטיוו אויף אירע אויסדרוקן און אינטאָנאַציע, פּונקט ווי מײַנע אײגענע קינדער זענען שפּירעוודיק אויף מײַנע. זי האָט געוווּסט ווי אַזוי מיר צו גיבן אַ שטאָך — און פֿלעגט עס טאַקע אָפֿט טאָן.
כ׳האָב זי שטאַרק־שטאַרק ליב געהאַט. געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע פֿרוי און אַלץ האָב איך געקענט מיט איר אַרומרעדן. ווען זי האָט מיך באַליידיקט פֿלעג זי זיך תּיכּף פֿאַרענטפֿערן און פּרוּוון פֿאַרגלעטן די שולד. שוין דעמאָלט האָב איך געוווּסט וואָסער חידוש דאָס איז.
דעם טאַטן האָב איך אויך ליב געהאַט, כאָטש מיר האָבן געהאַט אַ שווערע באַציִונג. ער פֿלעג זיך אָפֿט נישט כאַפּן וואָסערע ווירקונג זײַנע ווערטער האָבן אויף אַנדערע. אויף זײַן לוויה און בשעתן שיבֿעה־זיצן האָב איך געהערט פֿון אַנדערע וויפֿל ער פֿלעג וועגן מיר רעדן און ווי שטאָלץ ער איז געווען פֿון מײַן אַרבעט. אַזוי גאָר? כ׳האָב עס פֿון אים כּמעט קיין מאָל נישט געהערט. אַ מאָל האָט ער פֿאַרגעסן מיר צו קלינגען צו מײַן געבוירן־טאָג און האָט זיך קוים נאָכגעפֿרעגט וועגן מײַנע שרײַבונגען. פֿאַרקערט, ער פֿלעג נאָך לויבן אין הימל אַרײַן זײַן ווײַב, שטיפֿטאָכטער און מײַן שוועסטער. כ׳האָב געפּרוּווט זיי נישט מקנא זײַן, אָבער ס׳האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן.
כ׳האָב זיך באַמיט מיט אים קאָמוניקירן, ניצנדיק די עצות פֿון מײַן טעראַפּעפֿט, אָבער ער איז געווען ווי באַדעקט מיט אַ פּאַנצער. ער האָט נישט געוואָלט הערן קיין פֿירלייגן ווי אַזוי מיר קענען אָפֿנהאַרציק רעדן וועגן אונדזער באַציִונג. ער איז פּשוט נישט געווען מסוגל דערצו.
ווען ער איז שוין געווען שווער קראַנק מיט אַ ראַק האָב איך געהאַט יסורים װאָס ער לײַדט אַזוי, וואָס מיר האָבן נישט קיין טיפֿערע באַציִונג, וואָס ער האָט זיך עמאָציאָנעל קיין סך נישט אַנטוויקלט אין משך פֿון זײַנע 75 יאָר.
פֿון דעסטװעגן האָב איך נאָך מער געליטן װען די מאַמע איז ניפֿטר געװאָרן צו 61 פֿון אַ מוח־ראַק. חדשים לאַנג נאָך איר טויט פֿלעג איך כליפּען אין דער פֿינצטער. כ׳האָב נישט געקענט באַנעמען ווי אַזוי די וועלט וועט זיך ווײַטער דרייען אָן איר. אַפֿילו הײַנט, מיט פֿופֿצן יאָר שפּעטער, גלייבט זיך נישט אַז זי איז מער נישטאָ — איבער הויפּט צו זען ווי מײַנע קינדער, וואָס די ייִנגסטע איז נאָך געווען אַ פּיצעלע ווען די מאַמע איז געשטאָרבן, זענען אויסגעוואַקסן קלוגע, לײַטישע און אָפֿט צעטומלטע יונגע לײַט.
די זכרונות פֿון איר וואַרעם קול, און דאָס שפּירן פֿון צײַט צו צײַט איר גײַסטיקע נאָענטקייט איז מיר פּשוט נישט גענוג. איך דאַרף זי דאָ מיטן זעלבן אינטענסיווקייט מיט וועלכן כ׳האָב זיך מיט איר געזעגנט פֿון דער וועלט. פּונקט ווי דאָס גיין צו קינד: כ׳האָב נישט געהאַט קיין שום קאָנטראָל איבערן פּראָצעס, כאָטש יענעמס הערצעלע איז אַ טייל פֿון מײַנעם. איך האָב זיך נאָר געקענט צוקוקן.
דערפֿאַר, ווען דער טאַטע קומט מיר אויפֿן זינען, ווערט מיר בלויז אַ ביסל אומעטיק, אָבער ווען איך דערמאָן זיך אין דער מאַמען שטעלן זיך מיר טרערן אין די אויגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.