קאָנגרעס־ביבליאָטעק זוכט סטודענט צו אַרבעטן מיט ייִדישע ביכער

Library of Congress Seeks Student to Work with Yiddish Books


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 18, 2016, issue of December 28, 2016.

די קאָנגרעס־ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן „פֿאָרווערטס‟ כּדי מע זאָל מעלדן, אַז מע זוכט אַ קאָלעדזש־סטודענט וואָס קען ייִדיש צו אַרבעטן 10 וואָכן במשך פֿונעם זומער 2017 בײַם קאַטאָלאָגירן ייִדישע ביכער.

דער סטודענט (גראַדויִר־ אָדער ביז־גראַדויִר) דאַרף קענען גוט ייִדיש און האָבן פּראַקטיק מיט ביבליאָטעק־אַרבעט אָדער מיטן שאַפֿן ביבליאָגראַפֿיעס. דער סטודענט, וואָס וועט דינען ווי אַ „ייִנגערער סטיפּענדיאַנט‟, וועט אידענטיפֿיצירן ביכער וואָס באַווײַזן זיך על־פּי־טועת צוויי מאָל אינעם קאַטאַלאָג און אײַנסדרן די ביכער, וואָס מע האָט נאָך ניט קאַטאַלאָגירט.

דער ציל פֿונעם פּראָיעקט איז צו דערמעגלעכן די וואָס באַנוצן זיך מיט דער ביבליאָטעקס קאַטאַלאָג דורך Worldcat זיך צו דערוויסן וועלכע ביכער זענען בנימצא און וווּ זיי געפֿינען זיך. כּדי צו דערגרייכן דעם ציל וועט דער סטודענט שאַפֿן נײַע ביבליאָגראַפֿישע איינסן צו באַשרײַבן יעדעס בוך באַזונדער.

בײַם סוף פֿונעם זומער וועט ער אָדער זי פֿאָרשטעלן די רעזולטאַטן פֿון זײַן אַרבעט אויף אַן עפֿנטלעכער רעדע און קורירן אַן אויסשטעלונג פֿון אינטערעסאַנטע ביכער פֿון דער ביבליאָטעקס קאָלעקציע. פֿאַראַיאָרן, למשל, האָט די סטיפּענדיאַנטקע עלענאַ האָפֿענבערג, אַ סטודענטקע אין „האַרוואַרד‟־אוניווערסיטעט, פֿאָרגעשטעלט אַ ריי פּלאַקאַטן וואָס זי האָט קאַטאַלאָגירט וואָס ווײַזן ווי אַזוי די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן באַטראַכט אַמעריקע.

דער סטיפּענדיאַנט וועט באַקומען אַ געהאַלט פֿון $450 דאָלאַר אַ וואָך ($4,500 בסך־הכּל). די וואָס ווילן אָנגעבן אויף דער פּראָגראַם זאָלן אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביזן 27סטן יאַנואַר 2017. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.usajobs.gov/GetJob/ViewDetails/459175100