די וועבזײַט Jewlish האָט געפֿונען אַן אייגנאַרטיקן אופֿן צו שאַפֿן גאָר פּאָפּולערע ווידעאָס: זי לערנט אויס ווי אַזוי צו מאַכן ייִדישע מאכלים אין אַ זעקל. אין אויגוסט האָט דער ”פֿאָרווערטס“ געשריבן וועגן איר ווידעאָ וואָס לערנט אויס ווי אַזוי צו באַקן חלה אין אַ זעקל.
לכּבֿוד חנוכּה האָט Jewlish לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ וואָס לערנט אויס ווי אַזוי צו מאַכן חנוכּה־פּאָנטשקעס (סופגניות) אין אַ זעקל. דער ווידעאָ איז געוואָרן אַ ריזיקער שלאַגער: 11 מיליאָן מענטשן האָבן אים שוין געזען אויף ”פֿייסבוק“ במשך פֿון צוויי וואָכן.
אָט איז דער רעצעפּט:
אינגרעדיענטן:
2.25 לעפֿל הייוון
1 טעפּל וואַרעם וואַסער
3 לעפֿל צוקער
1 לעפֿל בראָנפֿן
אָנגעריבענע לימענע־שאָלעכץ
1.5 לעפֿל בוימל
1 איי
3 טעפּל מעל
טרוסקאַפֿקע־אײַנגעמאַכטס
מעלצוקער
אינסטרוקציעס:
אין אַ פּלאַסטישן זעקל וואָס מע קען פֿאַרשלעסלען (ziplock bag), שיט אַרײַן דעם הייוון, וואַסער, צוקער, בראָנפֿן, אָנגעריבענע לימענע־שאָלעכץ, בוימל, איי און מעל. פֿאַרשלעסלט דאָס זעקל.
טרייסלט אויף דאָס זעקל און קנעט גוט אויס די אינגרעדיענטן, סע זאָל דערפֿון ווערן אַ טייג.
לייגט אַרײַן דאָס זעקל אין אַ שיסל וואַרעם (ניט הייס) וואַסער אויף אַ שעה צײַט.
נעמט אַרויס פֿון שיסל דאָס זעקל מיטן טייג, נעמט אַרויס דאָס טייג און לייגט עס אַוועק אויף אַ טיש. באַשפּרענקלט עס מיט מעל און ניצט אַ קאַטשלקע כּדי אויסצופֿלאַכן דאָס טײַג. ווען דאָס טײג איז שוין גאַנץ פֿלאַך (ווייניקער ווי צוויי צענטימעטער די הייך) ניצט אַ גלאָז כּדי צו מאַכן קרײַזלעך פֿונעם טײג. נעמט אַוועק דאָס איבערגעבליבענע טײג און לאָזט די קרײַזלעך זיצן אַ האַלבע שעה לאַנג.
פּרעגלט אָפּ אַ קרײַזל טײג אַ מינוט לאַנג אין אַ טאָפּ קאָכיקן בוימל און דערנאָך קערט דאָס קרײַזל איבער אויף דער צווייטער זײַט, כּדי ביידע זײַטן פֿון דער פּאָנטשקע זאָלן זיך לײַכט צוברוינען. דערנאָך באַניצט זיך מיט אַ פּלאַסטישן פֿלעשל (אַזוי ווי פֿון קעטשאָפּ) כּדי אַרײַנצוקוועטשן דאָס טרוסקאַפֿקע־אײַנגעמאַכטס אין דער פּאָנטשקע.
דערנאָך באַפּוצט די פּאָנטשקעס מיט אַ ביסעלע מעלצוקער.
דעם ווידעאָ קען מען זען דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.