שוין העכער 35 יאָר געניסן די לייענער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ פֿון מרים האָפֿמאַנס היימישע מיינונג־אַרטיקלען. די לעבנס־געשיכטע פֿון האָפֿמאַן, וואָס איז הײַנט די לעצטע שטענדיקע שרײַבערין אין „פֿאָרווערטס‟ וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן, ווערט איבערגעגעבן אין אירע אייגענע ווערטער אין באָריס סאַנדלערס דאָקומענטאַר־פֿילם „מרים האָפֿמאַן: אַ טאָג פֿון אַ גאַנץ לעבן‟, וואָס איז לעצטנס אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע.
דער פֿילם איז דער צענטער און לעצטער אין דער סעריע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟, אין וועלכע סאַנדלער פֿירט דורך געשיכטע־בעל־פּה אינטערוויוען מיט באַרימטע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער. ס׳רובֿ פֿון די פֿילמען האָט ער געמאַכט אין צוויי טיילן: לכתּחילה האָט ער רעקאָרדירט די אינטערוויוען אין ישׂראל אין די 1990ער יאָרן און דערנאָך אין די לעצטע 8 יאָר האָט ער זיי פֿאַרוואַנדלט אין דאָקומענטאַר־פֿילמען דורכן רעדאַקטירן זיי און אַרײַנוועבן אַרכיוואַלע בילדער, מוזיק און ענגלישע אונטערקעפּלעך. דער אינטערוויו מיט האָפֿמאַן איז אָבער געווען אַנדערש — מע האָט איר נאָר הײַיאָר אינטערוויויִרט. דער אינטערוויו איז פֿאָרגעקומען אין פֿלאָרידע, וווּ האָפֿמאַן האָט זיך לעצטנס אַריבערגעצויגן נאָך לאַנגע יאָרן אין שטאָט ניו־יאָרק, וווּ זי האָט געלערנט ייִדיש אין „קאָלאָמביע‟־אוניווערסיטעט.
אינעם פֿילם דערציילט מרים האָפֿמאַן וועגן אירע קינדער־יאָרן אין לאָדזש און סיביר; איר קאַריערע ווי אַ לערערין פֿון ייִדיש און איר אַרבעט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע און ישׂראל. זי האָט אָנגעשריבן 10 פּיעסעס אויף ייִדיש, ווי אויך אַ געניטע איבערזעצערין פֿון ענגלישע פּיעסעס אויף ייִדיש (ווי, למשל, פֿון ניל סײַמאָן און נאָך באַרימטע אַמעריקאַנער דראַמאַטורגן). אירע פּיעסעס האָט מען פֿאָרגעשטעלט אין עטלעכע ייִדישע טעאַטערס אין ניו־יאָרק, ווי אויך אין מאָנטרעאָל, תּל־אָבֿיבֿ, פֿראַנקרײַך, און אין טעאַטער־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.
האָפֿמאַן איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1949 נאָך פֿיר יאָר אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אין 1957 האָט זי פֿאַרענדיקט דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ זי האָט שטודירט קינדער־דערציִונג.
דער פֿילם וועט דאָנערשטיק, דעם 29סטן דעצעמבער האָבן זײַן פּרעמיערע ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ בײַם ייִדישן Y אויף דער 14סטער גאַס. די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען 12:45 נאָכמיטאָג.
כּדי צו באַשטעלן דעם פֿילם „מרים האָפֿמאַן: אַ טאָג פֿון אַ גאַנץ לעבן‟, קלינגט אָן 8200־889־212 ליניע 400. בײַ דער געלעגנהייט קען מען אויך באַשטעלן די פֿריִערדיקע פֿילמען אין דער סעריע וועגן שירה גראָשמאַן, יאָסל בירשטיין, מישע לעוו, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, יוסף קערלער, מיכאל בן־אַבֿרהם, יחיאל שרײַבמאַן און חיים ביידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.