דער „עף־בי־אײַ‟ האָט דאָנערשטיק אין דער פֿרי אַרעסטירט אַ פּראָמינענטער סאַטמאַרער עסקן אין ברוקלין — יצחק סופֿר, וואָס דינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן דער רעגירונג און די אָרגאַניזאַציע „צענטראַלע פֿאַראייניקטע תּלמודישע אַקאַדעמיע‟, די ישיבֿה־סיסטעם פֿאַר די חסידים פֿונעם סאַטמאַרער רבין אהרן טײטלבוים. אין די לעצטע פּאָר יאָר איז סופֿר געוואָרן אַ וויכטיקער עסקן בײַ די וויליאַמסבורגער חסידים פֿון רבי אַהרן טייטלבוים, באַקאַנט ווי די „ארונים‟.
מע האָט סופֿר באַשולדיקט אין ליגן־זאָגן צו דער רעגירונג כּדי צו באַקומען עסן בחינם, ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם SNAP. בסך־הכּל שאַצן אָפּ די פּראָוקוראָרן, אַז סופֿר האָט געלקחנט מער ווי $30,000. לויטן באַשולדיקונגס־אַקט, וואָס מע האָט הײַנט אַנטפּלעקט אינעם ברוקלינער פֿעדעראַלן געריכט, האָט סופֿר בכּיוון געזאָגט דער רעגירונג, אַז ער האָט פֿאַרדינט אַ סך ווייניקער געלט ווי ער האָט באַקומען, כּדי צו קענען קריגן די שפּײַזמאַרקעס.
מײַקל טאָבמאַן, אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דער קהילה, האָט געזאָגט אַז „ס׳איז קלאָר, אַז דאָס איז אַ פּערזענלעכער עסק וואָס האָט גאָרניט צו טאָן מיט דער ברייטערער קהילה אָדער אירע אינסטיטוציעס. איך בין זיכער, אַז ווען עס וועלן זיך באַווײַזן אַלע פֿאַקטן, וועט מען פֿאַרשטיין, אַז דער דאָזיקער אַרעסט איז געווען עפּעס איבער דער מאָס מצד דער פֿעדעראַלער רעגירונג און אַז ס׳וואָלט געווען מער פּאַסיק, מע זאָל דערלייזן דעם ענין אין אַ ציווילן געריכט.‟
אָבסערוואַטאָרן פֿון דער פֿרומער קהילה האָבן געזאָגט דעם Forward, אַז דער אופֿן ווי אַזוי מע האָט אַרעסטירט סופֿרן זעט אויס ווי ס׳איז פֿאַרבונדן מיט אַ גרעסערער אויספֿאָרשונג. „מיר האַלטן, אַז עס גייט די רייד וועגן עפּעס גרעסערס ווי סתּם אַ באַשולדיקונג, אַז אַ משפּחה האָט געזאָגט ליגנס צו באַקומען ׳וועלפֿייר׳־בעניפֿיטן,‟ האָט געזאָגט איין עסקן, וואָס האָט געוואָלט בלײַבן אַנאָנים.
אין מאַרץ האָט דער „עף־בי־אײַ‟ דורכגעפֿירט אַן אָבלאַווע אויף דער „צענטראַלער פֿאַראייניקטער תּלמודישער אַקאַדעמיע‟. דער Forward האָט צו יענער צײַט איבערגעגעבן, אַז מע פֿאָרשט אויס דעם אופֿן ווי אַזוי די אָרגאַניזאַציע האָט אויסגענוצט דאָס געלט פֿון אַ פֿעדעראַלער פּראָגראַם, וואָס שטיצט אונטער דאָס קויפֿן עסן פֿאַר אָרעמע תּלמידים.
לויט דער באַשולדיקונג, האָט סופֿר געטענהט אויף זײַנע אַפּליקאַציעס פֿאַר דער SNAP־פּראָגראַם, אַז ער פֿאַרדינט ווייניקער ווי $25,000 אַ יאָר און אַז ער האָט ניט קיין ממשותדיקע פֿאַרמעגנס. סופֿר האָט אָבער געהאַט געזאָגט אַ פֿאַרזיכערונג־פֿירמע אין 2012 אַז ער פֿאַרדינט $100,000 אַ יאָר און האָט פֿאַרמעגנס פֿון $600,000. סופֿר האָט אויך געשריבן אויפֿן SNAP־פֿאָרמולאַר אַז ער האָט ניט קיין לעבנס־פֿאַרזיכערונג אָבער לויט דעם אָנקלאָג ווײַזט זיך אַרויס אַז ער האָט אַ פּאָליס וואָס איז ווערט אַ מיליאָן דאָלאַר. דערצו האָט סופֿר געזאָגט, אַז זײַן משפּחה האָט ניט געשאָנקען קיין געלט צו פּאָליטיקער, אָבער עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ער האָט יאָ געגעבן בײַשטײַערונגען פֿון $525 צו פּאָליטישע קאַנדידאַטן.
דער אַרעסט איז געקומען בלויז עטלעכע טעג נאָך דעם, וואָס אַ ריי וויכטיקע ניו־יאָרקער באַאַמטע, בראָש מיטן סענאַטאָר טשאָק שומער, זענען געקומען אויף אַ ריזיקער פֿײַערונג לכּבֿוד דעם 21סטן כּסלו, דעם טאָג ווען מע האָט אין 1944 באַפֿרײַט דעם סאַטמאַרער רבין, יואל טײטלבוים, פֿון בערגען־בעלזען. צווישן די באַאַמטע וואָס זענען געקומען אויף דער פֿײַערונג זענען געווען דער הויפּט ניו־יאָרקער פּראָקוראָר עריק גאָנזאַלעס; די אָנפֿירער פֿון דער ניו־יאָרקער פּאָליציי; דער „קאָמפּטראָלער‟ פֿון שטאָט ניו־יאָרק סקאַט סטרינגער, דער פּרעזידענט פֿונעם „באָראָ‟ פֿון ברוקלין — עריק עדעמס און נאָך. אין זײַן רעדע צו דער קהילה האָט שומער דערקלערט, אַז דער אייבערשטער האָט אים געשאָנקען זײַן פֿאַמיליע־נאָמען ווײַל עס שטאַמט פֿונעם וואָרט „שומר‟, ער זאָל קענען דינען ווי אַ וועכטער „פֿאַרן אויסערגעוויינטלעכן חסידישן ציבור דאָ, און פֿאַר ייִדישקייט איבער דער גאָרער וועלט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.