גדול־הדור, הרבֿ אַהרן שטיינמאַן, אין שפּיטאָל

Lithuanian Orthodox Sage, Rabbi Aaron Shteinman, Hospitalized


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 28, 2016, issue of December 28, 2016.

דער 103־יעריקער חרדישער רבֿ, הרבֿ אַהרן יהודה לייב שטיינמאַן, פֿאַררעכנט פֿאַרן פֿירנדיקן רבֿ און פּוסק אין דער חרדישער (ליטווישער) קהילה, איז אײַנשפּיטאָליזירט געוואָרן אין ש שפּיטאָל אין בני־ברק נאָכן פֿילן זיך קראַנק עטלעכע טעג לאַנג. די דאָקטוירים האָבן אַ חשד אַז ער לײַדט פֿון אַ לונגען־אָנצינדונג.

פּראָפֿ׳ מרדכי רביד [ראַוויד], דער דירעקטאָר פֿונעם מעדיצינישן צענטער א״נ מעיני הישועה, האָט געלאָזט וויסן אַז שטיינמאַן איז בײַם באַוווּסטזײַן און מ׳האָט אים אַרײַנגענומען אין שפּיטאָל נאָר ווי אַ באַוואָרעניש. „ער איז שוין העכער הונדערט יאָר אַלט. אין אַזאַ עלטער קען אַלץ אַרויסברענגען פֿון דער גלײַכוואָג“, האָט רביד געגעבן צו פֿאַרשטיין. „ס׳איז אים געווען אַ ביסל שווער דאָס אָטעמען, ער האָט געהאַט היץ און זיך בכלל נישט געפֿילט מיט אַלעמען. מ׳האָט אים אַרײַנגענומען אינעם אינטענסיוון אָפּהיט, לאַוו־דווקא ווײַל ער דאַרף דאָס, נאָר דערפֿאַר ווײַל ס׳איז אַ רעלאַטיוו איזאָלירט און שטיל אָרט, און פֿאַרשטייט זיך, האַלט מען דאָרט אויף אים אַן אויג. מע באַהאַנדלט אים און מיר האָפֿן אַז ס׳וועט אים זײַן גוט“.

שטיינמאַן ווערט פֿאַררעכנט ווי דער פֿירער פֿון דער ליטווישער תּורה־וועלט פֿון זינט ס׳איז מיט פֿיר יאָר צוריק ניפֿטר געוואָרן הרבֿ יוסף שלום אלישיבֿ. הרבֿ שטיינמאַן איז דער ראָש פֿונעם „מועצת גדולי התורה“ (ראָט פֿון גדולי־התּורה) בײַ דער חרדישער פּאָליטישער פּאַרטיי „דגל התּורה“.

הרבֿ שטיינמאַן, אַ געבוירענער אין בריסק, ווײַסרוסלאַנד, פֿלעג גיין אויף שיעורים פֿונעם בריסקער רבֿ, הרבֿ יצחק זאבֿ סאָלאָווייטשיק, און האָט זיך אויך געלערנט אין קלעצק בײַ הרבֿ אַהרן קאָטלערן. אין 1937, ווען ער האָט דערגרייכט דעם דינסטעלטער אויף מאָביליזירט צו ווערן אין דער פּוילישער אַרמיי איז ער, מיט עטלעכע אַנדערע ישיבֿה־בחורים, אַנטלאָפֿן קיין מאָנטרע, אין דער שווייץ, און זיך דאָרט ווײַטער געלערנט אין ישיבֿה. אַז ס׳האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה האָט מען זיי אײַנגעשפּאַרט אינעם שאָנענבערג־אַרבעט־לאַגער לעבן באַזל. ער איז דער איינציקער פֿון דער גאַנצער משפּחה וואָס האָט איבערגעלעבט די מלחמה.