דעם 22סטן דעצעמבער איז ,אין דער פּראָװינץ קאָרדאָבאַ, געשטאָרבן דער באַרימטער אַרגענטינער שרײַבער אַנדרעס ריװעראַ. אַ געבוירענער אין בוענאָס־אײַרעס אין 1928, איז זײַן אמתער נאָמען געװען מאַרקאָס (מרדכי) ריבאַק. אַ זון פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, שטריקערס, האָט ער שטענדיק באַשריבן אין זײַנע װערק די אַרבעטערס, די סינדיקאַלע שטרײַטן און װי אַזוי דער נעאָ־ליבעראַליזם האָט צעשטערט די אַרגענטינער װירטשאַפֿט. דער טאַטע, אויך אַ קאָמוניסט, איז געװען אַקטיװ אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דער זון האָט ממשיך געװען דעם טאַטנס װעג. די מאַמע, שולמית שאַץ, איז געבוירן געװאָרן אין פּרוסקאָװ (הײַנט כמעלניצקי) אין אוקראַינע, און דער פֿאָטער אין פּוילן.
אין 1964 איז אַנדרעס ריװעראַ אויסגעשלאָסן געװאָרן פֿון דער אַרגענטינער קאָמוניסטישער פּאַרטיי איבער זײַן קריטישער פּאָליטישער שטעלונג. ער האָט זיך פֿולשטענדיק אָפּגעגעבן דער זשורנאַליסטיק און ליטעראַטור און דער באַרימטער פֿאַרלאַג „סעיקס באַראַל‟ האָט במשך פֿון 12 יאָר פּובליקירט 15 ביכער זײַנע. זײַן ראָמאַן „די רעװאָלוציע איז אַן אייביקער חלום‟ איז זײַן באַרימט װערק. אַ סך פֿון זײַנע טיפּן זײַנען ייִדן פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער בײַשטאָט „װיזשאַ לינטש‟, די אַרגענטינער לאָדזש, װו עס האָבן זיך באַזעצט טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן און װו מען קען נאָך געפֿינען צענדליקער יידישע שטריקער־װאַרשטאַטן. די לעצטע צײַט האָט ער באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין „בעזשאַ װיסטאַ‟, אַן אָרעמע געגנט פֿון אַרבעטלאָזע, אַ 700 ק״מ פֿון בוענאָס אײַרעס, און ביז דער לעצטער מינוט האָט ער פֿאַר זיי אָרגאַניזירט װאַרשטאַטן, זיי געלערנט לייענען און שרײַבן, אַנאַליזירן פֿילמען און טעאַטער און פּובליקירט זייערע אַרבעטן.
זינט 2004 פֿירט דורך די בוענאָס־אײַרעסער קהילה אין חודש דעצעמבער, אַ הזכּרה פֿאַר די „ייִדישע פֿאַרשװונדענע‟ אין דער צײַט פֿון דער מיליטערישער דיקטאַטור פֿון די 1970ער יאָרן. דער דערציִערישער פּראָיעקט „עדות‟ זוכט באַקאַנט צו מאַכן די פֿאָרגעקומע געשעענישן, ספּעציעל צװישן די יונגע דורות. מען שאַצט אַז צװישן 1976 און 1983 זײַנען פֿאַרשװונדן אַ 2000 ייִדן, די מערהייט יוגנטלעכע, פֿון װעלכע מען װייסט פֿון זיי גאָר נישט ביזן הײַנטיקן טאָג.
דינסטיק דעם 12טן דעצעמבער, איז פֿאָרגעקומען אין „חורבן־מוזיי‟ פֿון בוענאָס־אײַרעס אַן אָװנט צו דערמאָנען און אַנאַליזירן די משפּטים אין נירנבערג, נאָכן חורבן. עס האָבן זיך באַטייליקט דער פּראָקוראָר אַלבערטאָ זשענטילע און די ריכטערס פּאַבלאָ לאַופֿער און כאָרכע ראָדריגעז. זיי האָבן רעפֿערירט װעגן די יורידישע אַספּעקטן און די באַרעכטיקונג פֿון די לעגאַלע אַספּעקטן פֿון דעם מישפּט און דער באַגריף פֿון מלחמה פֿאַרברעכנס כּדי צו מישפּטן די נאַצישע פֿירערס. דער אויספֿיר איז געװען אַז די טעמע דאַרף געלערנט װערן אין שולן און אוניװערסיטעטן און דאָס לערנען װעגן חורבן איז אַ פֿאָרעם צו קעמפֿן פֿאַר מענטשנרעכט.
הײַיאָר, לכּבֿוד ניטל און חנוכּה, האָבן זיך פֿאָרשטייערס פֿון קריסטלעכע קירכעס, אַ מוסולמענישער פֿירער און דער ראַבינער דניאל גאָלדמאַן, זיך געטראָפֿן צו שמועסן און אויסצובעטן אַ גוט ציװילן נײַיאָר. די טראַדיציע האָט זיך אָנגעהויבן אין 2005, מיטן דעמאָלטיקן קאַרדינאַל בערגאָגליאָ, דער איצטיקער פּויפּסט פֿראַנסיס.
מוצאי־שבת האָט די װיצע־פּרעזידענטין, גאַבריעלאַ מיקעטי באַזוכט די „דאַיאַ‟ און דאָרטן אָנגעצונדן דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל. אויף מאָרגן, איז די פֿירערין פֿון דער אָפּאָזיציע מאַרגאַריטאַ סאָלביצער פֿאַרבעטן געװאָרן אָנצוצינדן דאָס צװייטע ליכטל. שוין 4 יאָר װי פּאָליטישע פֿירערס צינדן־אָן חנוכּה־ליכטלעך אינעם בנין פֿון דער קהילה.
מיטװאָך, דעם 28סטן איז פֿאָרגעקומען אין דער קהילה דער טראַדיציאָנעלער קינדער־ספּעקטאַקל צו פֿײַערן חנוכּה. מען האָט אָנגעצונדן דאָס פֿינפֿטע ליכטל, געזונגען צוגעפּאַסטע ייִדישע און לאַדינאָ לידער און מען האָט געשפּילט אַ פּיעסע װו די ליכטלעך דערציילן עפּיזאָדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע. בײַם סוף האָט מען פֿאַרטיילט די קינדער פֿרישע לאַטקעס װאָס די װאָלונטירקעס האָבן צוגעגרייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.