גדול־הדור, הרבֿ אַהרן שטיינמאַן, אַרויס פֿון שפּיטאָל

Leading Haredi Rabbi Aaron Shteinman Discharged


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 05, 2017, issue of January 27, 2017.

נײַן טעג נאָך דעם וואָס ער איז שפּיטאָליזירט געוואָרן צוליב אַ לונגען־אָנצינדונג, איז הרבֿ אַהרן שטיינמאַן, דער באַרימטער 103־יאָריקער פֿירער פֿון דער ליטוויש־חרדישער קהילה שוין צוריק אין דער היים. לויט די בילדער וואָס זענען דערשינען אין דער חרדישער פּרעסע אין ישׂראל זיצט שטיינמאַן און לייענט אַ ספֿר אין זײַן שפּיטאָל־צימער, אַ סימן, אַז ער געפֿינט זיך איצט אין אַ בעסערן מצבֿ.

כאָטש מע האָט הרבֿ אַהרן שטיינמאַן אַרויסגעלאָזט פֿונעם מעדיצינישן צענטער „רפֿואי מעייני הישועה‟ אין בני־ברק, האָבן אַ ריי ליטווישע רבנים און עסקים גלײַך דערנאָך אַרויסגעלאָזט אַ קול־קורא וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט אין אַ ריי פֿרומע צײַטונגען וואָס בעט, אַז דער עולם זאָל ווײַטער זאָגן תּהילים, הרבֿ שטיינמאַן זאָל וואָס גיכער געזונט ווערן. זײַן משפּחה האָט איבערגעגעבן, אַז ער וועט ווײַטער זיך אָפּרוען בײַ זיך אין דער היים.

צוליב דעם וואָס הרבֿ שטיינמאַן ווערט פֿאַררעכנט פֿאַרן פֿירנדיקן רבֿ און פּוסק אין דער ליטווישער חרדישער קהילה, האָבן אַלע אינעם פֿרומען לאַגער, ווי אויך ישׂראלים פֿון אַ גאַנץ יאָר, געהאַלטן אַן אויג אויף זײַן מצבֿ. ניט געקוקט אויף דעם וואָס הרבֿ אַהרן שטיינמאַן זעט שוין יאָרן לאַנג אויס פֿיזיש שוואַך, גיבן איבער סײַ זײַנע דאָקטוירים, סײַ די אַנדערע פֿירנדיקע ליטווישע רבנים, אַז ער איז אין גאַנצן בײַ די קלאָרע געדאַנקען. צו 103 יאָר גיט ער נאָך אַלץ זײַן הסכּם אויף כּמעט אַלע וויכטיקע באַשלוסן וואָס האָבן צו טאָן מיט די פּאָליטישע שטעלונגען און בוי־פּראָיעקטן פֿון די גרעסטע ליטווישע אינסטיטוציעס אין בני־ברק און ירושלים.

ווי אַ געוועזענער תּלמיד פֿונעם בריסקער רבֿ, הרבֿ יצחק זאבֿ סאָלאָווייטשיק, און פֿון הרבֿ אַהרן קאָטלער, ווערט ער אָנערקענט ווי די לעצטע בריק צווישן דער אַמאָליקער ישיבֿה־וועלט אין ליטע און ווײַסרוסלאַנד און דער ליטווישער ישיבֿה־וועלט אינעם הײַנטיקן ישׂראל.