ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

נעװראָלאָג פֿאַקונדאָ מאַנעס
נעװראָלאָג פֿאַקונדאָ מאַנעס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 04, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נעװראָלאָג פֿאַקונדאָ מאַנעס מוטיקט דאָס לערנען אַ צװײטע שפּראַך

פֿאַקונדאָ מאַנעס, אַן אָנגעזעענער נעװראָלאָג און דער רעקטאָר פֿונעם „פֿאַװאַלאָראָ‟־אוניװערסיטעט אין בוענאָס־אײַרעס, האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, וואָס מע װאָלט באַדאַרפֿט צעשיקן צו אַלע עלטערן פֿון תּלמידים װאָס לערנען זיך אין די ייִדישע שולן און װאָס טענהן אַז לערנען ייִדיש איז שוין „צו פֿיל, אַז מיט ענגליש און העברעיִש איז שוין גענוג.

ד״ר מאַנעס שרײַבט: „די װיסנשאַפֿט באַשטעטיקט אַז לערנען נאָך אַ שפּראַך איז גורם פּאָזיטיװע ענדערונגען אין דער מוח־אַנאַטאָמיע. עס העלפֿט אַרויס דעם מענטשן בײַם לייזן קאָנפֿליקטן, גיכער אויסקלײַבן און דורכפֿירן אַרבעטן און אָננעמען באַשלוסן. װאָס שײך מאָראַלישע דילעמעס זײַנען פֿילשפּראַכיקע מענטשן פּראַקטישער און נעמען אָן אַן אַקטיװע פּערזענלעכע באַטייליקונג. אַ מולטילינגװיסט איז בכלל געזינטער און מער באַװאָרנט פֿון פּראָגרעסיװע מוח־קראַנקײַטן.‟

ד״ר מאַנעס עצות וואָלטן געקאָנט העלפֿן בײַטן די ביז־איצטיקע אידעאָלאָגיע לגבי שפּראַכן און קולטורן װאָס װערן דיסקרימינירט. דער באַרימטער פּאַראַגװײַער שרײַבער אַוגוסטאָ ראָאַ־באַסטאָס, געװינער פֿון דער „סערװאַנטעס־פּרעמיע‟, (געגליכן צו דער נאָבעל-פּרעמיע פֿאַר דער שפּאַנישער ליטעראַטור) האָט זיך אַרויסגעזאָגט שוין אין 1978 אַז „איינע פֿון מײַן פֿאָטערס טעותדיקע פֿאָראורטלען איז געװען מיר פֿאַרװערן זיך לערנען גװאַראַני, די שפּראַך פֿון די פּאַראַגװײַער אינדיאַנער. דאָס פֿאַראַכטן אַ שפּראַך דערפֿירט צו דעם אַז עלטערן, די שול און די געזעלשאַגט זאָלן אַרויסטרײַבן די שפּראַך.


70%### ווענעסועלער ייִדן האָבן שוין פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד

דער מצבֿ איז װענעסועלע װערט װאָס אַ טאָג ערגער. אַזוי האָט דערקלערט די זשורנאַליסטין עלעאָנאָראַ ברוזנאַל, װאָס געפֿינט זיך אין בוענאָס־אײַרעס. ניטאָ קיין אַרבעט, און דאָס ערגסטע איז אַז עס איז פּשוט ניטאָ קיין עסן. די לעצטע יאָרן זײַנען אַ 29,000 מענטשן דערמאָרדעט געװאָרן און דער הומאַניטאַרער קריזיס מאַכט אַז אינטעלעקטואַלן און עקאָנאָמיש גוטשטייענדיקע משפּחות זאָלן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. מען שאַצט אַז אַ 70 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט שױן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד. כאָטש אין קאַראַקאַס איז ניטאָ קיין ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע האָבן זיך אַ סך ייִדן באַזעצט אין ישׂראל אָבער די מערהייט געפֿינט זיך הײַנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פּאַנאַמאַ. ספֿרדישע ייִדן װענדן זיך צו די אַמבאַסאַדעס פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל צו קריגן פֿון דאָס נײַ די בירגערשאַפֿט װאָס זיי האָבן פֿאַרלוירן בעתן גירוש אין 1492.


אָוונט וועגן אַמאָליקן שרײַבער אַלבערטאָ גערטשונאָף אין בוענאָס־אײַרעסער קהילה

מאָנטיק, דעם 2טן יאַנואַר איז דערמאָנט געװאָרן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה דער ייִדיש־אַרגענטינער שרײַבער אַלבערטאָ גערטשונאָף. אַ געבוירענער דעם 1טן יאַנואַר 1883 אין פּראָסקוראָװ (הײַנט כמעלניכקי), אַן אוקראַיִניש שטעטל אין צאַרישן רוסלאַנד, האָט זײַן משפּחה פֿאַרלאָזט אײראָפּע איבער די פּאָגראָמען און זיך באַזעצט אין 1889 אין דער ייִדישער קאָלאָניע מאָזעסװיל. אין 1891 האָט אַ „גאַוטש‟, אַן אַרגענטינער מוזשיק, דערהרגעט זײַן פֿאָטער. די משפּחה האָט פֿאַרלאָזט מאָזעסװיל און זיך באַזעצט אין דער ענטרע־ריאָסער ראַכיל און פֿון דאָרט אַריבערגעפֿאָרן קיין בוענאָס־אײַרעס װו ער האָט געלערנט און דאָרט האָט ער אָנגעהויבן זײַן אַרבעט װי אַ זשורנאַליסט און שרײַבער װאָס האָט אין זײַנע װערק באַשריבן די באַציִונגען צװישן ייִדן און גאַוטשן אין דער אַרגענטינער פּראָװינץ. זײַן באַרימט װערק פֿון 1910, „די ייִדישע גאַוטשן‟, איז אין 1974 געװאָרן אַ באַרימטער אַרגענטינער פֿילם. אַלבערטאָ גערטשונאָף איז געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס אין 1950 און װערט פֿאַררעכנט װי אַ קלאַסיקער פֿון דער אַרגענטינער ליטעראַטור.