ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

איגאָר ניסענבוים
איגאָר ניסענבוים

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 05, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ האַלב טױזנט מער רוסישע ייִדן עמיגרירן קײן ישׂראל אין 2016 װי אין 2015

הגם פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין האָט סוף־יאָר זיך געטראָפֿן מיט די הויפּטן פֿון רוסישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אלכּסנדר באָראָדאַ, געוווּנטשט זײ אַ פֿריילעכן חנוכּה און באַדאַנקט זיי פֿאַר דעם וואָס די קהילה האָט בײַגעטראָגן צו דעם צווישן־קאָנפֿעסיאָנאַלן דיאַלאָג אין לאַנד, עמיגרירן די ייִדן װײַטער.

די יידישע אַגענץ „סוכנות” האָט פֿאַרעפֿנטלעכט איר יערלעכן סטאַטיסטישן באַריכט, װוּ עס שטייט, אַז אין 2016 זענען קיין ישׂראל געקומען פֿון רוסלאַנד כּמעט 7,000 יידן, וואָס איז כּמעט אויף אַ האַלב טויזנט מער ווי אין יאָר 2015. פֿון רוסלאַנד האָבן עמיגרירט די גרעסטע צאָל ייִדן. אויפֿן צווייטן פּלאַץ געפֿינט זיך אוקראַינע, וואָס פֿון דאָרטן זענען אַרויסגעפֿאָרן 5,500 יידן, און אויפֿן דריטן פּלאַץ — פֿראַנקרײַך, מיט 5,000 רעפּאַטריאַנטן). אין 2015 זענען פֿון פֿראַנקרײַך און אוקראַיִנע אַוועקגעפֿאָרן מער יידן, ווי פֿון רוסלאַנד.


געשעפֿטסמאַן איגאָר ניסענבוים שענקט שיינע מתּנה דעם מאָסקװער קינדער־שפּיטאָל

לכּבֿוד דעם יום־טובֿ חנוכּה איז אין דער קהילה „זשוקאָווקע” אין מאָסקווער געגנט פֿאָרגעקומען אַן אינטעלעקטועלע שפּיל, און דאָס גאַנצע געלט וואָס איז געזאַמלט געוואָרן איז איבערגעגעבן געוואָרן דעם אָפּטייל פֿון גמילות־חסדים.

און אַ צװײטער משל פֿון ברײטהאַרציקייט לכּבֿוד חנוכּה: דער געשעפֿטסמאַן איגאָר ניסענבוים האָט געשענקט דעם מאָסקווער קינדער־שפּיטאָל נײַע מעדיצין־אַפּאַראַטור פֿאַר כירורגישע אָפּעראַציעס.


װאַדים סידור אויסשטעלונג װערט אַנולירט

עס איז ממשיך דער סקאַנדאַל אַרום דער אויסשטעלונג פֿון דעם סקולפּטאָר וואַדים סידור, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע זאַלן אין צענטער מאָסקווע — „מאַנעזש”. לאָמיך דערמאָנען, אַז אין 2015 האָט זיך אין „מאַנעזש” געעפֿנט אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד סידור, דעם באַקאַנטן סקולפּטאָר פֿון יידישן אָפּשטאַם, וואָס האָט געהערט צו דעם סאָוועטישן אונטערגרונט. אין אויגוסט 2015 איז אַ גרופּע פּראַוואָסלאַוונע אַקטיוויסטן באַפֿאַלן די אויסשטעלונג און צעשטערט אַ טייל עקספּאָנאַטן. דאָס געריכט האָט ניט געזען קיין שולד אין דעם, און האָט באַפֿרײַט אַלע אַקטיוויסטן.

די וואָך — אַן אַנדער ידיעה, וואָס איז שייך דער אויסשטעלונג. מע האָט פּלאַנירט צו ברענגען זי קיין פֿראַנקרײַך און עקספּאָנירן זי אין דעם בנין פֿון דער רוסישער פּראַוואָסלאַווער מיסיע. די אויסשטעלונג איז שוין צוגעגרייט געוואָרן און האָט געזאָלט געעפֿנט ווערן סוף דעצעמבער. אָבער צוליב דעם וויזיט פֿון רוסישן פּאַטריאַרך קיין פּאַריז איז זי איבערגעטראָגן געוואָרן אויף שפּעטער, און די וואָך איז פֿון פּאַריז געקומען נײַע אינפֿאָרמאַציע: אונער דעם דרוק פֿון דער פּאַטריאַרכיע האָט די אַמבאַסאַדע אָפּגעשאַפֿט די אויסשטעלונג און גרייט זיך אָפּצושיקן אַלע עקספּאָנאַטן צוריק קיין מאָסקווע.


3### מענטשן אַרעסטירט אין שײַכות מיט גנבֿה פֿון איסאַאַק לעװיטאַנס קונסטװערק

די נעענסטע ידיעה איז אויך פֿאַרבונדן מיט קונסט. מיט צוויי יאָר צוריק זענען געגנבֿעט געוואָרן פֿינעף בילדער פֿונעם באַרימטן רוסישן קינסטלער פֿון יידישן אָפּשטאַם — איסאַאַק לעוויטאַן. די בילדער האָבן זיך געפֿונען אין לעוויטאַנס הויז, וואָס איז נאָך זײַן טויט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מוזיי, אין פּליאָס, אַ קליין שטעטל אין איוואַנאָווער געגנט. די וואָך האָט די רוסלענדישע פּאָליציי אַרעסטירט 3 מענטשן, וואָס זענען, אַפּנים, באַגאַנגען די גניבֿה. די פּאָליציי האָט אַ חשד, אַז זיי האָבן אויכעט באַגנבֿעט אַ באַנק אין אַן אַנדער רעגיאָן פֿון רוסלאַנד.


קאָנצערט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע דזשעז־קאָמפּאָזיטאָרן

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט. אין דעם נײַעם מאָסקווער יידישן מוזיי זענען פֿאָרגעקומען צוויי אָוונטן פֿון דזשעז. אויסגעפֿילט זענען ווערק פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע דזשעז־קאָמאָזיטאָר: דזשאָרדזש גערשווין, אַהרן קאָפּלאַנד, לעאָנאַרד בערנסטין און אירווינג בערלין. זייער מוזיק איז אויסגעפֿילט געוואָרן פֿונעם סטרונעס־קווינטעט „סטודיע פֿון דער נײַער מוזיק”, און די מוזיק־קריטיקערין מאַיאַ פּריצקער האָט דערציילט וועגן די קאָמפּאָזיטאָרן, וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון אַמעריקאַנער מוזיקאַלישן טעאַטער און וועגן דער ראָלע, וואָס רוסלענדישע ייִדן האָבן אין איר געשפּילט.