פּאַריזער זשורנאַל „ייִדישע העפֿטן‟ שליסט זיך

Parisian Magazine "Yidishe Heftn" Ceases Publication


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 08, 2017, issue of January 27, 2017.

די קליינע וועלט פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטשריפֿטן מחוץ דער חסידישער וועלט ווערט, צום באַדויערן, אַלץ קלענער. עס איז לעצטנס אָנגעקומען צו אונדז אין רעדאַקציע דעם נאָוועמבער־דעצעמבער נומער פֿונעם פּאַריזער זשורנאַל „ייִדישע העפֿטן‟. אינעם נומער האָט מען געדרוקט אַ מודעה פֿון יואָל ראַשער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „סערקל בערנאַר־לאַזאַר‟, וואָס גיט אַרויס דעם זשורנאַל, אַז נאָך צוואַנציק יאָר וועט מען מער ניט אַרויסגעבן די פּובליקאַציע צוליב אַ דוחק פֿון אַבאָנענטן און פֿינאַנציעלער שטיצע. ער דערקלערט ווײַטער, אַז מע וועט „דערווײַל דאַרפֿן אָפּשטעלן די אויסגאַבע, כּדי זיך אָנצוקלערן וועגן מיטלען ממשיך צו זײַן די אויסגאַבע אין אויסהאַלטעוודיקע באַדינגונען‟.

כאָטש מע זאָגט עס ניט דירעקט, איז עס קלאָר, אַז די פּובליקאַציע שליסט זיך אויך צוליב דער פּטירה פֿון זײַן מיטגרינדער און שטענדיקער רעדאַקטאָר קלאָד האַמפּעל ז׳׳ל. ווי עס גיבן איבער אַ ריי אַרטיקלען אינעם נומער, דעם זשורנאַלס 220סטן, האָט האַמפּעל צוואַנציק יאָר געאַרבעט מיט לײַב און לעבן ממשיך צו זײַן דאָס געדרוקטע ייִדישע וואָרט אין פּאַריז נאָך דעם וואָס עס האָבן זיך שוין געהאַט געשלאָסן אַלע אַנדערע ייִדיש־שפּראַכיקע אויסגאַבעס אין דער פֿראַנצייזישער הויפּטשטאָט. דער נומער נעמט אַרײַן עסייען וועגן קלאָדס לעבן, ווי אויך אויסדריקן פֿון טרויער אויף זײַן אַוועקגיין, אָנגעשריבן פֿון יצחק ניבאָרסקי, בערל ווײַסבראָט, לייזער לובאַרסקי, דאַליאַ עפּשטיין און מאַקס כּהן, ווי אויך אַ טרויער־מעלדונג פֿונעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראיין אין ישׂראל אויפֿן נאָמען פֿון ה. לייוויק.

אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די „ייִדישע העפֿטן‟ האָט קלאָד האַמפּעל גלײַכצײַטיק רעדאַקטירט איר שוועסטער־פּובליקאַציע אויף פֿראַנצייזיש Cahiers Bernard-Lazare און אָנגעפֿירט מיט ראַדיאָ־אוידיציעס אויף ייִדיש. דעם זשורנאַל Cahiers Bernard-Lazare וועט מען ווײַטער אַרויסגעבן.