אַ נײַע אויסשטעלונג אין דער קראָקעווער אַלטער שיל באַשרײַבט די העכער 500־יעריקע געשיכטע פֿונעם גאָטישן בנין, וואָס דינט הײַנט ווי דער לאָקאַל פֿונעם ייִדישן געשיכטע־אָפּטייל פֿונעם קראָקעווער היסטאָרישן מוזיי, גיט איבער אַ באַריכט פֿון דער וועבזײַט Jewish Heritage Europe.
די שיל, וואָס געפֿינט זיך אינעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל, קוזמאַרק, איז דער הויפּט־עקספּאָנאַט פֿון דער אויסשטעלונג א״ט „דער הויפּטזײַל פֿון טראַדיציע“. די אויסשטעלונג, קורירט פֿון עוּגעניוש דודאַ, האָט זיך געעפֿנט דעם 22סטן דעצעמבער 2016 און וועט זיך ציִען ביזן 30סטן נאָוועמבער 2017.
לכתּחילה אויפֿגעבויט אינעם 15טן יאָרהונדערט און עטלעכע מאָל רעמאָנטירט, איז די שיל די עלטסטע פֿון די זיבן שילן אין קוזמאַרק, ווי אויך די עלטסטע, וואָס עקזיסטירט נאָך אַלץ אין פּוילן. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די דײַטשן זי צעראַבעוועט און אַ תּל געמאַכט. די שיל איז אָבער מיט גרויס מי רעסטאַוורירט געוואָרן צווישן 1956־1959 דורכן מלוכישן מאָנומענטן־פּרעזערוויר־פֿאָנד. דער בנין האָט זיך דערנאָך אויף ס׳נײַ געעפֿנט און האָט איצט אַ פּערמאַנענטע אויסשטעלונג פֿון דער יודאַיִקאַ־זאַמלונג וואָס געהערט צום קראָקעווער שטאָטישן געשיכטע־מוזיי.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען געהאַט אַרויסגעשטעלט אַ ריי תּשמישי־קדושה און אַנדערע אוצרות אין איינעם פֿון די צימערן פֿונעם שיל־בנין.
דער אינעווייניק נעמט אַרײַן אַ גאָטישע געוועלבונג, ווי אויך אַ שטיינערנעם אָרון־קודש און אַ בימה פֿונעם שפּעטן רענעסאַנס־פּעריאָד, אַרומגערינגלט מיט אַ גראַטע פֿון געשמידטן אײַזן.
דער קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג נעמט אַרײַן, ווי עס שטייט דאָרט געשריבן, „פּרעכטיק אילוסטרירטע אַרטיקלען וועגן דער אַרכיטעקטור, געשיכטע און סאָציאַלע ראָלע פֿון דער אַלטער שיל“.
צווישן 2014 און 2016 האָט מען דורכגעפֿירט אַ ממשותדיקע אַרכעאָלאָגישע אויספֿאָרשונג פֿון דער אַלטער שיל, וואָס האָט צוגעגעבן אַ סך אינפֿאָרמאַציע צו דער געשיכטע פֿונעם בנין. דערצו קומען אויך צו ניץ אַ לאַנגע ריי שטודיעס וועגן די רבנים וואָס האָבן געדינט אין דער קראָקעווער קהילה צווישן מיטל־אַלטער און דעם 20סטן יאָרהונדערט.
דער קאַטאַלאָג נעמט אויך אַרײַן מאָלערײַען און גראַפֿישע קונסטווערק, ווי אויך אַרכעאָלאָגישע חפֿצים וואָס מ׳האָט אַנטדעקט אין דער אַלטער שיל במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.