ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 12, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דריקן אויס מיטלייד צו קרובֿים פֿון טעראָר־אַטאַק אין ירושלים

אַלע יידישע אָרגאַניזאַציעס פֿון מאָסקווע האָבן אויסגעדריקט זייער מיטלייד צו די קרובֿים פֿון די 4 מענטשן, אומגעקומענע אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק אין ירושלים. די פֿירער פֿון די קהילות האָבן גערופֿן צו קעמפֿן צוזאַמען קעגן טעראָר.


געשעפֿטסלײַט פֿאַרבעטן קינדער וואָס האָבן געליטן פֿון די חיפֿהער וואַלד־שׂריפֿות

צו די אַנדערע נײַעס: דאָס גמילות־חסדים לכּבֿוד חנוכּה, וואָס וועגן איר האָבן מיר דערציילט מיט אַ וואָך צוריק, האָט באַקומען אַן אינטערעסאַנטן המשך, דאָס מאָל — צוליב דער גרעסטער חגא אין רוסלאַנד, דעם נײַעם יאָר. דאָס מאָל טוען גמילות־חסדים רוסלענדישע געשעפֿטסלײַט — די גרופּעס „געשעפֿטלעכע רוסלאַנד” און „עקאָלאָס”. זיי האָבן אײַנגעלאַדן קיין מאָסקווע אַ גרופּע רוסיש־רעדנדיקע קינדער פֿון ישׂראל, וואָס וווינען אין און לעבן חיפֿה און האָבן געליטן פֿון די וואַלד־שׂריפֿות. די קינדער האָבן באַזוכט די נײַ־יאָר פֿאָרשטעלונגען אינעם קרעמל און אַנדערע ערטער און זענען געווען אויף אַן עקסקורסיע אין מאָסקווע.


הרבֿ לאַזאַר פֿאַרדאַמט לענין און סטאַלין, וואָס רופֿט אַרויס כּעס בײַ קאָמוניסטישער פּאַרטיי

דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר, האָט געגעבן אַן אינטערוויו דער ידיעות־זײַט „אינטערפֿאַקס־רעליגיע”, אין וועלכן ער דערציילט וועגן דער פּאָליטיק און די פּלענער פֿונעם חב״ד. צווישן אַנדערע אידעען, פּלאַנירט דער חב״ד אויפֿצובויען אָדער צו אָרגאַניזירן שילן אין אַלע גרויסע שטעט פֿון רוסלאַנד און אין יעדן גרויסן געביט פֿון מאָסקווע און מאָסקווער געגנט. איצט זענען אין מאָסקווע דאָ אַרום 30 חב״ד־שילן, בתוכם איין שיל פֿאַר ענגליש־רעדנדיקע אין סאַמע צענטער.

אינעם אינטערוויו האָט לאַזאַר אויך אַרויסגעברענגט זײַן פּאָזיציע מכּוח דער סאָוועטישער געשיכטע. ער האָט שאַרף קריטיקירט לענינען און סטאַלינען — וואָס שײַנט זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אָבער קלינגט כּמעט דרייסט, ווײַל די איצטיקע אָפֿיציעלע ווערסיע פֿון דער געשיכטע אין רוסלאַנד באַציט זיך גאַנץ לאָיאַל צו לענינען, און אפֿילו צו סטאַלינען.

ר׳ לאַזאַר האָט אויך צוגערופֿן צו באַערדיקן אַלע מתים, וואָס זענען באַגראָבן אין דער מויער פֿון קרעמל, און אויך צו באַערדיקן לענינען, און זײַן מאַווזאָליי צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ מוזיי פֿון סאָוועטישער געשיכטע.

די קאָמוניסטישע פּאַרטיי האָט געפֿאָדערט צורירקצוציִען פֿון ר׳ לאַזאַר דאָס רבנות צוליב זײַן אַרײַנמישן זיך אין וועלטלעכער פּאָליטיק. דער מחבר פֿון דער פּעטיציע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָט אָבער געמאַכט אַ טעות און אָנגערופֿן ר׳ לאַזאַרן ‘בען’ אַנשטאָט ‘בערל’. די פּרעסע־דינסט פֿונעם רוסלענדישן חב״ד האָט געענטפֿערט אַז רבנות קען צוריקגעצויגן ווערן נאָר אויב אַ רבֿ איז עובֿר די מיצוות פֿון תּורה ברבים און אויך גערופֿן די קאָמוניסטן צו געדענקען, אַז דער הויפּט־רבֿ הייסט בערל און ניט בען.


ספּעקטאַקל אויפֿן סמך פֿון זכרונות פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס אַלמנה

אין מאָסקווער „סאַכאַראָוו־צענטער” האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ ספּעקטאַקל „נאַדיאַ און אָסיאַ”, אויפֿן סמך פֿון די זכרונות פֿון נאַדעזשדאַ מאַנדעלשטאַם, די אַלמנה פֿונעם גרויסן פּאָעט פֿון יידישן אָפּשטאַם — אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. דעם סצענאַר האָט אָנגעשריבן יעווגעני שליאַפּין, אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער פֿון מאַריאַ יערמאָלאָוואַ. ער שפּילט אויך די הויפּט־ראָלע.


אַ טייל פֿון וואָסטריאַקאָווער צווינטער וועט באַשטימט ווערן בלויז פֿאַר ייִדישע קבֿרים

אויפֿן וואָסטריאַקאָווער צווינטער אין מאָסקווע, וווּ עס געפֿינט זיך די גרעסטע צאָל יידישע קבֿרים אין שטאָט, איז געעפֿנט געוואָרן אַ נײַער יידישער טייל, וואָס וועט ווערן אָפּגעזונדערט פֿון דער רעשט פֿונעם צווינטער: עס וועט זײַן אַ באַזונדערער אַרײַנגאַנג און באַזונדערע ריטועלע דינסטן. דער נײַער טייל האָט אַ גרייס פֿון 5.8 העקטאַר.