ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, גאַרי קאָרען
נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, גאַרי קאָרען

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 19, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, גאַרי קאָרען, קומט קיין מאָסקווע

קיין מאָסקווע איז געקומען דער נײַער אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל — גאַרי קאָרען. ער וועט פֿאַרבײַטן דעם איצטיקן אַמבאַסאַדאָר — צבֿי חפֿץ, וואָס ווערט איבערגעפֿירט אויף דער אַרבעט אין כינע. קאָרען האָט זיך שוין געטראָפֿן מיט דעם פֿאַרטרעטער פֿונעם רוסלענדישן פּרעזידענט אויף מיטל־מיזרח און אין אַפֿריקע — מיכאַיִל באָגדאַנאָוו.


פֿאַרוואַלטונג פֿון גרויסער כאָרשיל קלײַבט אויס נײַעם פֿאָרזיצער

אין מאָסקווע זענען דאָ עטלעכע רעליגיעזע ייִדישע קהילות, בתוכם צוויי אָרטאָדאָקסישע — די ליטוואַקישע און די קהילה פֿון חב”ד. גרעסער און אַקטיווער זענען די חב”דניקעס, אָבער די וואָך קומען די נײַעס פֿון די ליטוואַקעס. אין דער גרויסער כאָרשיל, וואָס געהערט צו זיי, האָט זיך פֿאַרביטן די פֿאַרוואַלטונג און מע האָט אויסגעקליבן אַ נײַעם פֿאָרזיצער: יאַן פּיסקונאָוו, אַ יונגער יוריסט און מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.

דעם פֿאָריקן פֿאָרזיצער האָט מען באַזײַטיקט צוליב זײַנע פֿינאַנץ־מאַכינאַציעס, און עלטעכע פֿריִערדיקע מיטאַרבעטער האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט רכילות וועגן דער נײַער פֿאַרוואַלטונג.

הינטער די בײַטונגען שטייט דער הויפּט־רבֿ פֿון דער קהילה, ר’ פּנחס גאָלדשמיט. די געוועזענע פֿאַרוואַלטונג, וואָס איז געווען באַקוועם פֿאַר אים צוויי יאָר, איז צוליב געוויסע סיבות געוואָרן פּראָבלעמאַטיש.


מאָסקווער פֿרוי געווינט פּריז אין פֿאַרמעסט פֿון סמאַרטפֿאָנען־אַפּליקאַציעס אָרגאַניזירט פֿון אייראָפּעיִשער רבנים־קאָנפֿערענץ

הרבֿ גאָלדשמיט גופֿא געפֿינט זיך אין מינכן אויף דער טרעפֿונג פֿון דער אייראָפּעיִשער רבנים־קאָנפֿערענץ, פֿון וועלכער ער איז דער פֿאָרזיצער.

די קאָנפֿערענץ אָרגאַניזירט שוין צום צווייטן מאָל אַ פֿאַרמעסט פֿון אַפּליקאַציעס פֿאַר קאָמפּיוטערס און סמאַרטפֿאָנען. הײַ־יאָר האָט די ערשטע פּרעמיע באַקומען חנן ליפּסקין פֿון ישׂראל פֿאַר זײַן אַפּליקאַציע Keepers. די פּראָגראַם אַנאַליזירט די טעטיקייט פֿון קינדער אויף דער אינטערנעץ, כּדי צו פֿאַרטיידיקן זיי פֿון פּעדאָפֿילן און בריטאַנען [bullies]. די צווייטע פּרעמיע איז צוגעטיילט געוואָרן עריך לעכמאַנען פֿון דײַטשלאַנד, וואָס האָט פֿאַנאַנדערגעאַרבעט אַ קאָמוניקאַציע־פּלאַטפֿאָרם פֿאַר לערערס, תּלמידים און עלטערן, וואָס אויף איר סמך קען מען דורכפֿירן ווירטועלע לעקציעס און אַרויפֿלאָדן לערן־פּראָגראַמען. און די דריטע פּרעמיע האָט באַקומען אָלגאַ פֿליאָר פֿון מאָסקווע פֿאַר דער אַפּליקאַציע Meet for Charity — די ליציטאַציע, וואָס לאָזט אָרגאַניזירן באַזונדערע באַגעגענישן און קלײַבן געלט פֿאַר גמילות־חסדים.


נײַע וועבזײַט נעמט אַרײַן רעפֿעראַטן געהאַלטן בײַ „אשכּולות‟

אַ נײַע וועבזײַט האָט לאַנסירט אויך דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. די זײַט הייסט „אָנלײַן־אַקאַדעמיע‟ און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זאַמלונג פֿון די בעסטע רעפֿעראַטן, געהאַלטן אין ראַמען פֿונעם פּראָיעקט, פֿאַר די לעצטע 5 יאָר. די רעפֿעראַטן זענען געטיילט אויף 6 טיילן — געשיכטע, פֿילאָלאָגיע, עטנאָגראַפֿיע, פֿילאָסאָפֿיע, קונסט און מוזיק. די רעפֿעראַטן ווערן סטרוקטורירט סײַ כראָנאָלאָגיש סײַ געאָגראַפֿיש.


מע פֿירט דורך אַקטיוויטעטן ווי צוגרייטונג צום „טאָג פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ‟

די מאָסקווער ייִׅדישע אָרגאַניזאַציעס גרייטן זיך צו דעם טאָג פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ — דעם 27סטן יאַנואַר. לזכר דעם טאָג ווערט דורכגעפֿירט אין מאָסקווע „די זכר־וואָך‟, וואָס שליסט אײַן עטלעכע טרויער־אַקאַדעמיעס, דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿילמען, עקסקורסיעס און אַנדערע אונטערנעמונגען. די וואָך זענען דורכגעפֿירט געוואָרן לעקציעס פֿאַר שול־תּלמידים און עקסקורסיעס אין דער מעמאָריאַלער שיל אויף פּאָקלאָנאַיאַ באַרג, און אָנלײַן־סעמינאַרן פֿאַר מאָסקווער לערערס.


אַקטריסע טשולפּאַן כאַמאַטאָוואַ וועט פֿאָרלייענען פֿראַגמענטן פֿון מאַשע ראָלניקײַטעס טאָגבוך

און די לעצטע ידיעה אויף הײַנט. די פּעטערבורגער פֿילהאַרמאָניע האָט דערקלערט, אַז דעם 24סטן יאַנואַר וועט אין איר גרויסן זאַל פֿאָרקומען אַ קאָנצערט מיטן נאָמען „די געלע שטערן‟ — לכּבֿוד די קרבנות פֿון חורבן. דער הויפּט־נומער וועט זײַן דאָס פֿאָרלייענען פֿראַגמענטן פֿון מאַשע ראָלניקײַטעס טאָגבוך. פֿאָרלייענען וועט טשולפּאַן כאַמאַטאָוואַ — די באַרימטע אַקטריסע, וואָס איז אויך זייער אַקטיוו אין גמילות־חסדים און אין פֿאַרטיידיקן בירגעררעכט. עס וועט אויך אויסגעפֿילט ווערן די נײַנטע סימפֿאָניע פֿון דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש. אַלע אַקטיאָרן און מוזיקער באַטייליקן זיך אין דעם קאָנצערט פֿרײַוויליק און באַקומען ניט קיין האָנאָראַר.