דעם 16טן יאַנואַר 2017 איז חסיה סעגאַל, די באַקאַנטע ייִדישע כּלל־טוערין און ייִדיש־לערערין אין דער באָסטאָנער געגנט, אַוועק אין דער אייביקייט. איר לוויה וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 22סטן יאַנואַר, 10 אַ זייגער, אויפֿן „חבֿרה־שס בית־עולם‟, אין וועסט ראָקסבערי.
אין 1994 האָט חסיה געהאָלפֿן גרינדן די ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“ (WUNR-1600AM), וואָס ציט זיך שוין העכער 23 יאָר, ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט אויך אָנגעהויבן דעם פֿאָרגייער פֿון דער אָ פּראָגראַם, „די ייִדישע שעה“ (WBRS100.1FM), וואָס האָט טראַנסמיטירט פֿון 1990־1994.
חסיה איז יאָרן לאַנג געווען אַ ייִדיש־לערערין בײַ דער אַרבעטער־רינג־שול אין דאָרטשעסטער, און האָט מער ווי פֿופֿציק יאָר געאַרבעט ווי אַ תּלמוד־תּורה־לערערין אין „טעמפּל אמת“ אין טשעסטנאָט־היל (ברוקלײַן) ביז זי האָט זיך פּענסיאָנירט.
זי איז תּמיד געווען אַ פֿירערין סײַ אין די ציוניסטישע סײַ אין די ייִדישיסטישע קרײַזן אין דער באָסטאָנער געגנט, און האָט אָפֿט געהאַלטן לעקציעס, פֿאַרווײַלט דעם עולם אָדער געדינט ווי דער קאָנפֿעראַנסיע פֿון אָן אַ שיעור אונטערנעמונגען.
חסיה איז געבוירן געוואָרן אין 1913 בײַ דער משפּחה טשערניס אין ליבאַווע, לעטלאַנד. אויפֿגעהאָדעוועט האָט זי זיך אין פּאָנעוועזש, ליטע, וווּ זי האָט זיך געלערנט אין דער העברעיִש־שפּראַכיקער פֿאָלקשול „תּרבות“ און גימנאַזיע „עבֿרית“.
זי האָט שטודירט אין קאָוונער אוניווערסיטעט אויף צו ווערן אַ ביאָלאָג. אין 1939, בײַם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז זי אָבער אַוועק קיין אַמעריקע מיט איר מאַן עליע, זייער נאָר וואָס געבוירענעם טעכטערל רות און אירע טאַטע־מאַמע. זיי האָבן זיך באַזעצט אין באָסטאָן. עטלעכע יאָר שפּעטער איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן אַ צווייטע טאָכטער.
אין אירע שפּעטערע יאָרן איז חסיה עטלעכע מאָל בײַגעווען אויף דער יוגנטרוף־ייִדיש־וואָך, וווּ דער עולם פֿלעג שטאַרק הנאה האָבן איר געשמאַקן ליטווישן ייִדיש, און וווּ זי פֿלעג פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט אירע מעשׂיות און וויצן וואָס זי פֿלעג מיט זיי אויפֿטרעטן אויף דער יערלעכער טאַלאַנטאַרניע.
חסיה האָט פֿאַראָבֿלט אירע טעכטער רות, וואָס וווינט אין ישׂראל, און אסתּר, אין פֿלאָרידע, ווי אויך אַ סך אייניקלעך און אור־אייניקלעך.
אַ ספּעציעלע ראַדיאָ־פּראָגראַם צו די שלושים נאָך חסיהן וועט טראַנסמיטירט ווערן מיטוואָך, דעם 15טן פֿעברואַר 2017.
כּבֿוד איר אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.